להוסיף על העזרות: ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג אריין אין אקטיווע בוי ארבעט צו פארברייטערן דעם היכל הגדול

דאנערשטאג פ' עקב • כ' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


דער צענטראלער נאסטאלגישער בית המדרש הגדול דקהל יטב לב סאטמאר אין וויליאמסבורג אויף ראדני סט. וואס דינט שוין אלס א תל תלפיות פאר סאטמארע תלמידים וחסידים העכער א יובל יארן אשר קידשה ראשונה קידשה לשעתה, איז אריין אין די יעצטיגע טעג אונטער א מאסיווע קאנסטרוקציע אונטערנעמונג צו אויסברייטערן דעם היכל הגדול אויף א ברייטע פארנעם, וואס דאס וועט גאר שטארק צוגעבן צו די הרחבת הדעת בעת די שמחות, מאורעות ועריכת השולחנות בצל הקדוש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

דער היכל בית המדרש הגדול האט זיך אין די לעצטערע יארן היפש שטארק געמוטשעט מיט דעם פראבלעם אז די צוויי זייטן גאלעריען פון די עזרת נשים ביי דרום און צפון זענען געבויעט געווארן אויף א נידריגע שטאק, וואס דאס פארשווערערט פון קענען אויפשטעלן הויכע פארענטשעס ביי שמחות און עריכת השולחנות, א זאך וואס האט זיך גאר וויכטיג אויסגעפעלט בכדי צו קענען אקאמדירן דעם ריזן איבערפלוס פון טויזענטער סאטמארע חסידים ביים מיטהאלטן די מאורעות בצילא דמהימנותא קדישא.

די וואך האבן זיך די הנהלת הקהלה אריינגעווארפן אונטער א פאראויס-מארשירענדע גאלאפ, אראפצואווארפן ביידע זייטן פונעם עזרת נשים פון דרום און צפון זייט, און ארויפבויען א פרישע ברייטע עזרת נשים אויף א שטאק העכער, וואס דאס וועט פארגלייכן דעם גאנצן היכל מיט די זעלבע מאס הויכקייט, והיו למשכן אחד.

דאס וועט בעז"ה צוברענגען א גרויסע הרחבת הדעת פאר די טויזנטער חסידים, סיי ביי די שמחות החתונות בצל הקודש, די עריכת השולחנות, די הקפות און אזוי ווייטער, וואס וועט ערמעגליכן אויפצושטעלן הויך שטאקיגע פארענטשעס פון אלע פיר זייטן פונעם היכל בית המדרש הגדול כחומה בצורה סביב, און צוגעבן אסאך פרישע פלעצער צו קענען ארייננעמען אין זיך אלופי אלפי ישראל המסתופפים בצל הקודש.אין צוגאב וועט דאס געבן א מעגליכקייט אויפצובויען גאלעריען ארום דעם היכל פאר די תפילות ימים הנוראים.

לויטן פלאן ערווארטעט מען בעז"ה צו זיין גרייט מיט די מלאכת הבני' שוין אזוי שנעל לקראת ימים הנוראים שנת תשפ"ו הבעל"ט.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ