דאנערשטאג פ' עקב • כ' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
די וואך מאנטאג איז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אנגעקומען אין שטאט מאנסי אויף א באזוך ביי גיסו הגדול כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א און די שוועסטער די רעבעצין תליט"א וועם די רבי האט מבקר חולה געווען זייענדיג נישט בקו הבריאות די לעצטע תקופה.
ביים באזוך האט די טאהשער רב פון מאנסי איבערגעגעבן א ווארימע גריס פון די טאהשער קהילה אין קרית יואל ווי דער רב שליט"א האט געפראוועט דעם שבת נחמו וויילנדיג אין קרית יואל לרגל די שבת באווארפן פון א אייניקל, די צוויי שוואגערס האבן פארברענגט בנועם שיח א לענגערע וויילע, ונפרדו לשלום בברכות לרוב.