דאנערשטאג פ' עקב • כ' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ארי פריינד,JDN
מיט פייערליכע התרגשות של שמחה איז געפראוועט געווארן דעם ערשטמאליגן סקולענער "סעודת הודאה" אין שטאט בארא פארק, צו פייערן דעם יום הצלה פון די רועי החסידות לבית סקולען זי"ע, בראשות פון די ברודער כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א און כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א וועלכע האבן מעריך געווען דעם שלחן הטהור פאר קהל עדתם און מאסן חסידים ואנשי מעשה וואס האבן מיטגעלעבט די געהויבענע שעה'ן להודות ולהלל בתופים ומחולות.
עס ליגט נאך גוט אין זכרון די ווייטאגליכע געפילן ביים פאריעריגן מוצש"ק נחמו, ווען מ'האט ליידער נישט זוכה געווען צום מלך ביפיו תחזנה, אז כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק"ל, וואס אף הוא היה באותו הנס, האט נישט געפראוועט די לעצטע מוצש"ק נחמו עלי אדמות, זייענדיג דאן זקוק לרחמי שמים מרובים, און ביי די מעמדי הודאה אומעטום, האט מען דאן מעתיר געווען בתפלה פאר'ן רבי'ן ז"ל, ווען ליידער איז די שערי הרחמים געווען געשלאסן, און עטליכע וואכן דערויף הוסר העטרה און דער רבי איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה.
היי-יאר האט די סעודת הודאה אין בארא פארק געטראגן א באזונדערע באדייט אום מוצש"ק נחמו, ווען מ'האט זיך מנחם ומשמח געוועהן בצלם פון די ממשיכי דרכו בקודש, וואס האאבן בשבת אחים אפגעראכטן די סעודת הודאה אין די בית אסתר זאל אין שטאט בארא פארק, וואס איז ספעציעל איינגערישט לכבוד המאורע.
להודות ולהלל און מעלה זיין תוקפו של נס.
א סעודה רחבה איז סערווירט לכבוד המאורע און לכבוד סעודתא דדוד מלכא משיחה, שטייענדיג נאך אינעם שנת האבל נאך די הסתלקטת פונעם סקולענער רבי'ן ז"ל האט מען נישט געשפילט קיין מוזיק, און א קאפעליע משוררים האבן מהנה געוועהן וואקאליש. צום באשטמטער צייט זענען די ברודער האדמור"ים ערשינען צום מעמד ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת השמחה, ובתוך רבים אהללנו, האט מען ממשיך געוועהן די ריקודין עד אור הבוקר
די רבי'ס האבן משמיע געוועהן דברות קודש, שילערנדיג די סיפור נס ההצלה באגלייט מיט דברי הכנה צום יומא דהילולא קמייתא פונעם אומפארגעסליכן רועה נאמן דער רבי זצ"ל, שטייענדיג סמוך ונראה. דערנאך האט כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א פארגעזינגען דעם ניגון אודה ה' און מכבד געוועהן די ברודער האדמו"ר מישעות יעקב פארצוזינגען אודך ה' בכל ללבי.
מען האט זיך דאן ווייטער משמח געוועהן לכבוד היום וואס האט אנגעהאלטן ביז ארום פיר אזייגער פארטאגס.
דורכאויס דעם מעמד האבן זיך אנגעזען אויפן אויבן אן האדמו"ר מסטערליסק חדב"ן הרה"ק בעל מואר ישראל מסקולען זצוק"ל, הג"צ רבי מאיר דוד סעקולע אב"ד כליל תפארת סקולען, הרב ישראל שטערן שוואגער פונעם רבי'ן דער בעל מאור ישראל, און די קינדער און איידימער פונעם רבי'ן דער בעל ישועת יעקב זצ"ל.