דינסטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
בפלטרין של מלך איז דעם שבת פארגעקומען די שמחת האויפרוף פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ירושלים, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' משה לאבין שליט"א רב ביהמ"ד עטרת צבי זידטשויב אין בני ברק, די שבת של שמחה איז פארגעקומען אין זאל פון ת"ת סאטמאר אויף רחוב עזרת תורה אין ירושלים, וואו דער מחותן די רבי שליט"א האט געפראוועט דעם גאנצן שבת אויף א דערהויבענעם שטייגער, און במיוחד דער שמחת הפארשפיל וואס איז געוועהן א הערליכע געשעהניש פאר זיך.