דינסטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
ברגשי גיל ושמחה האבן די הונדערטער תלמידי המוסדות אין די סאטמארער קעמפ מחנה רב טוב – מחנה יהודה אין נעפענאק מקבל געוועהן פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביים יערליכן באזוך וואס דער רבי האט אפגעראכטן דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג אין די מחנות הקיץ פון די מוסדות הקדושים.
דער רבי שליט"א איז ערשינען בשערי המחנה אין די צופרי שעות און געדאווענט תפילת שחרית מיט די תלמידי כיתה ט'. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית פון אן איר אייניקל ביים מנהל המחנות הרה"ג ר' דוד ראזנבערג שליט"א וואו דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. דערנאך איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום לחיים ווי עס זענען אנוועזענד געוועהן די בחורי חמד און די תושבי המחנה. עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי פתיחה הרה"ג ר' דוד ראזענבערג שליט"א מנהל המחנות און מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן בשם רבנן ותלמידהון. נאכדעם האט דער רבי שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש וחובת השעה און ארויסגעברענגט דער מצב וואס כלל ישראל געפונט זיך אצינד, בפרט מיטן גזירת הגיוס אין ארץ ישראל, איז מען אנגעוויזן אויף די תפילות פון תינוקות של בית רבן. בסיום דבריו האט די רבי אנגעוואונטשן די מנהל המנחות און אלע עסקנים, און מאציל געוועהן ברכת קדשו אז די זכות פון די עבודת הקודש זאל זיי שטענדיג באגלייטן.
מיטאג צייט איז דער רבי אריינגעקומען צום גרויסן מעמד קבלת פנים אין ביהמ"ד בית שלמה ווי עס זענען געוועהן פארזאמלט די הונדערטער קינדער און מרביצי תורה וועלכע האבן מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן שליט"א בתופים ומחולות. דער מנהל המחנות הרב דוד ראזנבערג האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די עבודה וואס די קינדער לייגן אריין במשך די זומער און דערמאנט די לימודי משניות וואס די קינדער לערנען אין די פרייע צייטן און צום שלוס באדאנקט די מנהלים און מרביצי תורה פאר די כוחות עצומות וואס זיי לייגן אריין אין די קינדער.
דערנאך האט דער רבי משמיע געוועהן דברות קודש און ארויסגעברענגט די קדושת המחנה וואס דער פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אריינגעלייגט, און מסיים געוועהן בברכותיו הטהורות. פון דארט איז דער רבי אהיים לבית האכסני' ווי די קינדער וואס האבן זיך פארהערט מסכתות משניות זענען אריין בקודש פנימה און מקבל געוועהן א כתב תעודה.
ביים פארלאזן דעם קעמפ איז דער רבי שליט"א ארויס תחת כיפת השמים אין באגלייטוג פון די הנהלת המחנה ווערנדיג באגלייט דורך הרבני הנגיד הרה"ח ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש און הרה"ח ר' מענדל ראזענבערג לימינו, און הרה"ג ר' דוד ראזענבערג שליט"א מנהל המחנות לשמאלו, ווי די קינדער און די מלמדים זענען אויסגעשורהט פון ביידע זייטן, דער רבי האט דורכשפאצירט די הונדערטער תלמידי המוסדות מיט א קענטיגע קורת רוח, און געוואונטשן מיט א ליבליכע פנים מאירות. פון דארט איז דער רבי שליט"א אהיימגעפארן לביתו נאווה קודש אין מחנה דברי יואל.