לילה כיום יאיר: פייערליכע סעודת הודאה בצל הקודש פון האד' מסקולען מאנסי מוצש"ק נחמו עד עלות הבוקר

מאנטאג פ' עקב • י"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעלעבט א ליכטיגע נאכט פון תנו שבח ושירה ביי די פייערליכע סעודת הודאה מוצש"ק נחמו בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, וואס איז פאראיבער מיט א זעלטענע געהויבנקייט און לענגערע שעה'ן התרוממות הנפש, און זיך פארצויגן ביז שוין נאך פינעף אזייגער זונטאג פארטאגס.דער מעמד ההודאה לרגל הצלה ושחרור פון צדיקי בית סקולען זי"ע אין די סקולענער הויף אין מאנסי איז פארגעקומען היי יאהר אויף א גרעסערן פארנעם ברוב עם הדרת מלך אין די זאלן פון אור החיים וויזניץ אין מאנסי וואס איז געווארן אויסגעשטעלט מלא על כל גדותיו מיט די מאקסימום זיץ פלעצער און הויכשטאקיגע פארענטשעס, צו קענען אקאמאדירן דעם מאסן פלייץ חסידים ומעריצים, וואס זענען געקומען מיטהאלטן די מעמד ההוד וואס איז געווען איין לאנגע קייט פון שירות ותשבחות לקל חי.

צווישן די רבנים חשובים וואס האבן זיך אנגעזעהן ביים מעמד זענען געווען הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי בן האדמו"ר מסקווירא, אב"ד סערעדנא, אב"ד איהעל בארא פארק, דומ"ץ מונקאטש מאנסי, דומ"ץ טאהש קרית יואל, הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי ראש ישיבת סאטמאר שיעור ד', און ראשי קהילת סקווירא הנגיד ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו און ר' שלום בער פישל הי"ו.

בשעה 1:00 נאך חצות הלילה איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד און זיך תיכף ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאין זייענדיג מפזז ומכרכר בכל עוז להודות ולהלל לה' אויף די גרויסע ניסים און חסדים עצומים, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודתא דדוד מלכא משיחא, און מען האט געזינגען די זמירות מלווה מלכה.

דער רבי האט משמיע געווען יסודות'דיגע דברות קודש והדרכה במשנתם של בעלי הנס זי"ע, פאר איבער א שעה צייט, און זיך דערנאך געהויבן אין פרייליכע טענץ אויף ניגוני שבח והודאה פונעם סקולענער אוצר הניגונים, טאנצנדיג בעוז ותעצומות פאר קרוב צו א האלבע שעה. דערנאך האט דער רבי פארגעזינגען די ניגוני קודש לבית סקולען, די אויסגעווייקטע ניגון 'יוודע בגוים' מיט גרויס בכיות, און די ניגוני הודאה, אודה און אודך ה' מיט גרויס השתפכות הנפש.

עס איז שוין געווען לעכטיג אינדרויסן ווען דער רבי האט פארלאזט דעם זאל, און דער ציבור צעשפרייט זיך מיט געהויבענע הרגשים מלא התרוממות.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ