בני ברק • שטראם פון שווערע טויזנטער אידן ביי סעודת הודאה מוצאי שבת נחמו בראשות האד' מסקולען ירושלים

זונטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


א שטראם פון שווערע טויזנטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן מוצאי שבת נחמו באלאגערט דעם גרויסן וויזניצער בית מדרש אין בני ברק ביים גראנדיעזן מעמד פון שבח והודאה, דער סקולענער סעודת הודאה אין ארץ ישראל, צו דאנקן און לויבן אויף די גרויסע נסים ונפלאות ווען די צדיקי בית סקולען זענען ארויסגעראטעוועט געווארן פון אונטער די קאמוניסטישע נעגל בימים ההם בזמן הזה, דער גרויסער מעמד הודאה איז געפראוועט געווארן בשיר וקול תודה, בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א ובמקהלות עם רב.

אנגעהויבן א קורצע צייט נאכן זמן מוצאי שבת האבן טויזנטער אידן איבערגעפילט דעם היכל און זיך געוואשן צום סעודת מלוה דמלכה אינעם בנין בית המדרש הגדול בית וויזניץ, א פלאטע פון באסעס האט געפירט דעם ציבור פון עיה"ק ירושלים צום מעמד וואס איז צום ערשטן מאל אפגעראכטן געווארן אין שטאט בני ברק. דער ביהמ"ד איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן עד אפס מקום, זייענדיג מלא על כל גדותיו מיט שווערע טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מכל קצוות הארץ וואס זענען געקומען מיטהאלטן די פרייליכע מאמענטן.

בארימטע בעלי מנגנים האבן מהנה געוועהן בפרקי שירה וזמרה, אין שפיץ פון די וויזניצער קאפעליע, אינאיינעם מיט ר' אברהם מאשקאוויטש און ר' ראובן פויערשטיין וועלכע האבן כמידי שנה בשנה שיין אראפגעזינגען די סקולענער ניגוני קודש און די זמירות מלווה מלכה.

בשעה 12:00 איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד אינאיינעם מיטן שווער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א ווען דער פיל-געפאקטער ביהמ"ד האט אויסגעבראכן אין פייערליכע ריקודין להודות ולהלל זינגענדיג חסדי השם, נחמו עמי, בך בטחו אבותינו, און נאך ניגוני שבח והודאה, דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים און געזינגען ניגוני הודאה און די זמירות מלווה מלכה, צווישן די פילע ניגונים האבן די משוררים ביים מעמד אויפגעפרישט עטליכע אומבאקאנטע ניגוני קודש פון די הייליגער סקולענער רבי'ס זכותם יגן עלינו.

דער אויבן אן איז באזעצט געווארן דורך רבנים חשובים, און בנן של קדושים צווישן זיי הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד, הרה"צ המשפיע רבי אהרן טויסיג שליט"א, הגאון רבי יוסף צאלער ראש ישיבת סאדיגורא, הגאון רבי אברהם צבי הכהן רב פון קהל חסידים אין שיכון ה', האחים הרבנים לבית טוביאס, הגה"צ רבי משה מרדכי ווידער אב"ד לינז, הרה"ג ר' אהרן פאללאק אב"ד טשערנאביל הר יונה, הרה"צ רבי יצחק מאיר לייפער בן האדמו"ר מטעמשוואר, הרב ישראל האגער בן האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק, און האדמו"ר ממבקשי השם.

אויך האבן זיך אנגעזעהן צווישן די ציבור הנאספים די מעיאר פון בני ברק ר' חנוך זייבארט, הרב יעקב וואלצער מזכיר מועצת גדולי התורה און די משמשים בקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א הרב בנציון שטאנגער, הרב הערשל כץ, און הרב יהושע קרויזער.

די רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און דאן משמיע געווען דברי אלוקים חיים לויבענדיג דעם באשעפער בשיר ושבחה אויף די וואונדערליכע הצלה און דערציילט די השתלשלות הענינים פונעם נס ההצלה ארויס פון די קאמוניסטישע תפיסות אין ראמעניע, און די געוואלדיגע מסירות נפש פון די סקולענער צדיקים פאר אידישקייט.

 דאן האט זיך דער רבי שליט"א באצויגן צו די ביטערע גזירת הגיוס וואס הויערט אויף די בני תורה בארץ הקודש, און ארומגערעט מיט ווייטאג איבער די שווערע גזירות – דייקא אין א אידישע מדינה. דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם בעש"ט הק' אז די גלות צווישן די תלמידי חכמים און עמי הארצות וועט זיין די שווערסטע גלות, און איבערגעגעבן גאר שטארקע דברי חיזוק פאר די בני הישיבות צו שטיין פעלזן פעסט מיט מסירות נפש קעגן די שרעקליכע גזירה, און זיך נישט דעשרעקן און צוטוהן מאכן צו די גוזרי גזירות, דער רבי האט בתוך הדברים זיך געוואנדן צו די בחורים היקרים און אויסגעשריגן: "איר וועט ווערן געשריבן אין די גאלדענע היסטאריע פון כלל ישראל, אלס א סימבאל פון מקדשי שם שמים און בעלי מסירות נפש וואס זענען בייגעשטיינען אין די נסיון, און שטארק מחזק געווען חזקו ואמצו אל־תיראו ואל־תערצו מפניהם".

בסיום דבריו האט די רבי מזכיר געווען דער בעל אכסניא מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א רבי ישראל בן לאה אסתר וועלכע פארט ארויס היינטיגן זינטיג קיין דייטשלאנד לצורכי רפואה, און אנגעוונטשן אז אלעס זאל דורכגיין בשלום און די רבי זאל צוריקקומען געזונטערהייט בבריאות השלימות, און קענען ווייטער פירן די עדה הקדושה על מי מנוחות לאנגע געזונטע יאהרן.

דער רבי האט דאן פארגעזינגען די ניגוני קודש אודה און אודך ה' כנהוג, און דערביי זיך אויפגעשעלט אויף א רקידה, אויפן ניגון חסדי ה' כי לא תמנו, וואס האט אריינגעצויגן דעם גאנצן ציבור אין א התרוממות עילאה, מען האט ממשיך געווען פאר איבער א האלבע שעה די ריקודין נלהבין להודות ולהלל במחול בתוף וכינור יזמרו לו.

מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען דעם שווער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א, און דאן האט זיך דער ציבור האלפים געשלעגערט אין די רייע דורכצוגיין וואונטשן לחיים, עס איז שוין געווען קרוב לעלות השחר אום 4:00 אזייגער פארטאגס ווען דער ציבור האט זיך צושפרייט נאכן געהויבענער מעמד ההודאה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ