קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' ואתחנן • י"ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


צונויפשמועס ביי די נגידישע גראס חתונה אין מאנסי: האדמו"ר מפיטסבורג, הגאון ר' ירוחם אולשין ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה און הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא.

בכבוד'יגע אויפנאמע במעונו פון הגאון רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהילת הפרושים לכבודו פון הרבני הנגיד ר' בערל ווייס פון לאס אנדזשעלעס נאכפאלגנדיג זיין ביישטייערונג פון א "מיליאן דאלאר" פאר'ן מוסד הק' "קרן הצלה" וועלכער גרייט זיך אין די טעג אויף א מעכטיגע 5 מיליאן דאללער חלוקה פארן קיום חינוך הטהור.

האחים האדמור"ים מקרעטשניף און פרמישלאן אין א ברודערליכע שמועס ביי א שמחה די וואך בחצה"ק קרעטשניף.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא איז מנחם אבל אין לעיקוואד בבית משפ' פארהאנד, נאך די פריצייטיגע פטירה פון הרה"ח ר' נפתלי משה פארהאנד ז"ל.

די החלטת האסיפה נאכן היסטארישן כינוס ראשי הישיבות אין בני ברק פארגעליינט דורך הרב חיים אהרן קויפמאן יושב ראש ועד הישיבות, וועלכע ברענגט ארויס די געמיינזאמע דעת תורה הבהירה פון אלע גדולי ומנהיגי עולם התורה אז מ'וועט זיך נישט ברעכן, און מ'וועט שטיין פעלזן פעסט נישט צו לאזן די גזירה פון גיוס בני הישיבות אויסגעפירט ווערן.

Your browser does not support the video tag.

באגעגעניש אינעם לופטפעלד אין בודאפעסט צווישן גאב"ד סאטמאר מאנסי און הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג.

הגאון ר' יצחק שאול קנייבסקי שליט"א מערקט "קרישקעס" אויף די 'שעראטאן' וואסער אין תל אביב, וואו זיין פאטער דער שר התורה פלעג אפט פארן זיך אנשעפן פרישע לופט לחיזוק כוחותיו.

די שוואגער'ס האדמור"ים מוויזניץ און סקווירא געזעגענען זיך נאכן ביקור גומלין פאריגע וואך פון האדמו"ר מסקווירא אין די אכסניא פון האדמו"ר מוויזניץ אין שיכון סקווירא.

האדמו"ר מישועת יעקב סקולען ובנו היניק קלאגן אויפן חורבן בית המקדש דעם תשעה באב.

הגה"צ רבי בנימין אייזנבערגער אבד"ק היכל התפילה ביים איבערגעבן די יערליכע תשעה באב שיעור בבית הנגיד ר' אייזיק לעפקאוויטש אין ירושלים, די שיעור איז אריבערגעפירט געווארן לעבעדיג קיין בארא פארק וואו די הונדערטער חברי הקהילה האבן מיטגעהאלטן מריחוק מקום.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא פארלאזט די אכסניא אין לעיקוואד צום נוארק לופטפעלד נאכן קורצן בליץ באזוך די וואך אין אמעריקא.

האדמו"ר מתודלות יהודה ווערט געזעהן ביים כותל המערבי וואו דער רבי דאווענט יעדן טאג מנחה-מעריב וויילנדיג אויף די זומער חדשים אין עיה"ק ירושלים.

האדמו"ר ממעזיבוז ביים אונטערפירן א חתן אונטער די חופה, זייענדיג דער עומד מצד הכלה ביי די חתונה.

די פרייליכע טענץ אין די קאמענד סענטער פון די בוני עולם קאמפיין די וואך נאכן דערגרייכן דעם אומגלויבליכער ציפפער פון 10 מיליאן דאללער.

Your browser does not support the video tag.

אויף די שטילע בערג אין קריישבערג עסטרייך מערקט "קרישקעס" הרב משה לייב רוטנער משב"ק האדמו"ר מסערט וויזניץ ביים אויסנוצן די פרייע צייט בנאות דשא מיט לימוד התורה.

הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אבד"ק סיגוט איז מנחם אבל הנגיד החסיד ר' מרדכי פארהאנד הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר פון וויען וועלכער איז געזעצן שבעה אין לעיקוואד נאך די טראגישע פטירה פון זיין זוהן הרב נפתלי פארהאנד ז"ל.

מכתב חיזוק פון האדמו"ר ממשכנות הרועים וואס דער רבי האט אפגעשריבן צו די דריי אסירי ציון וועלכע שמאכטען אין טורמע, צווישן זיי אן אייניקל פונעם רבי'ן האברך החשוב ר' אריה מרדכי רבינוביץ הי"ו.

תלמידים כבנים: האדמו"ר מצאנז זוועהיל ביים איבערגעבן א שיעור מעניני דיומא תשעה באב נאכמיטאג, זייענדיג ארומגענומען מיט די תלמידי הישיבה.

ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ווערט געזעהן תשעה באב נאכמיטאג ביים בית עלמין אין שטאט בני ברק וואו עס ווערט געברענגט אין הלכה.

המשפיע הרה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי שליט"א ברודער פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא איז מסיים א מסכת איינע פון די ניין טעג אין די חב"ד הויפטקווארטיר 770.

ביים מלוה מלכה די וואך ביי הגה"צ רבי איציקל רייך אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג האט "קרישקעס" באמערקט הרה"ח ר' יעקב משה שטערן הי"ו פון אנטווערפען מנאמני ביתו פון הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע.

האדמו"ר מקאסוב לעיקוואד באזוכט די בוי ארבעט אינעם היכל התורה "לב אהרן" אין ביהמ"ד סאטמאר מאנטשעסטער, וואו דער רבי איז ארומגעוויזן געווארן דורך הנגיד ר'חיים יוסף גרינפעלד הי"ו מראשי הקהילה און זיין איידעם העסקן הרב שמואל בענעדיקט.

יערליכער מעמד ברכת כהנים אין שכונת הר נוף – ירושלים, אנגעפירט דורך הרב אברהם ישעיהו שטרן פון די מקורבים ביים שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצ"ל מיט די באטייליגונג פון הונדערטער תושבי ירושלים.

דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א פארברענגט ליבליך מיט אן אייניקל ביי א משפחה שמחה די וואך. (בילד קרעדיט: יחיאל רייכמאן)

הרב גבריאל שישא הי"ו משב"ק האדמו"ר מתולדות אהרן מערקט "קרישקעס" צווישן די מתפללים ביים ציון הק' פונעם היינטיגן בעל ההילולא דער ליסקא רב הרה"ק בעל אך פרי תבואה זי"ע.

Your browser does not support the video tag.

האדמו"ר מתולדות אהרן ביי אמירת "איכה" ליל תשעה באב אינעם היסטארישן שוהל פונעם קול אריה זי"ע אין מאד אונגארן וואו דער רבי וויילט די יעצטיגער זומער וואכן אויף אפרוה.

לעצטע הכנות צום גייסטרייכן מעמד "דער לעלובער פלאם" וואס קומט פאר היינט נאכט אין די פראכטפולע די סיטי זאל אין מעלה אדומים.

Your browser does not support the video tag.

ישיבות קטנות דחסידי צאנז אין ארץ ישראל ברייטערן אויס קאשקעטל תקנה אויך פאר שיעור ב׳ נאך גרויס הצלחה ביים איינפירן די קאשקעטלעך פאר די תלמידי שיעור א'.

הנגיד ר' בעריש בערגער הי"ו, ראש הקהל סאטמאר לאנדאן, ביים באזוכן די בוי ארבעט ביים נייעם בנין מוסדות יטב לב וואס ווערט פארענדיגט אין געציילטע וואכן, וואו דער נדיב ומשפחתו האבן מנדב געווען אן אסטראנאמישע סומע אפצוקויפן דעם זכות ״שער בערגער״ אינעם בנין.

הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא לכבוד די בר מצוה פון א קינד.

Your browser does not support the video tag.

הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה אין א שמועס מיטן גבאי צדקה און תומך תורה הנגיד ר' יואל ישראל זופניק הי"ו ביי שמחה די וואך אין מאנסי.

האדמו"ר מפיטסבורג אין א שמועס בסוד שיח מיט מקורבו הנגיד ר' בערי ווייס הי"ו ביי די נגידישע חתונה אין מאנסי בבית משפחת גראס.

צום בעפארשטייענדן מסע הקודש פון האדמו"ר מסאטמאר קיין ארה"ק קומענדיגן חודש כסלו תשפ"ו הבעל"ט: א קורצע בליק אינעם בנין האדיר והמפואר "בנות ארץ ישראל בית פיגא" – שע"י מוסדות יטב לב אין בני ברק, וואס ווערט אין די יעצטיגע טעג גענצליך פארענדיגט לשם ולתפארת.

Your browser does not support the video tag.

דער אלעמען באקאנטער ר' מענדל אונגאר באזוכט אין די קינדער ביזנעס-עקספאו אין מחנה מונקאטש.

Your browser does not support the video tag.

דער בארימטער עסקן הרב הערש מיכל העללער הי"ו מראשי ק"ק תולדות אהרן מערקט "קרישקעס" צווישן די טויזנטער משתתפים ביים מעמד קינה ונהי פאררופן דורכן בית דין צדק העדה החרדית אין ליכט פונעם ביטערן גזירת הגיוס.

האדמו"ר מנדבורנה ירושלים ווערט געזעהן ביים כותל המערבי דעם מוצאי תשעה באב ארומגענומען מיט עדת צאן מרעיתו.

Your browser does not support the video tag.

האדמו"ר מסאטמאר איז מנחם אבל ביי הרבני הנגיד ר' מרדכי פארהאנד הי"ו פון וויען, פון די עמודי התוך פון קהילת ומוסדות סאטמאר לעיקוואד, על פטירת בנו הרה"ח ר' נפתלי משה פארהאנד ז"ל.

Your browser does not support the video tag.

האדמו"ר מבאטאשאן איז מקונן אויפן חורבן הבית ביים תיקון חצות וואס ווערט אפגעהאלטן יעדן טאג פון די ימי בין המצרים אין ביהמ"ד שומרי שבת אין בארא פארק.

האדמו"ר מקראלי ביים מחי' זיין הייליגע נשמות ביי זיין באזוך די וואך אין קעמפ "העסק" פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן.

Your browser does not support the video tag.

האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן מערקט "קרישקעס" אויפן פליגער קיין שווייץ וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע תקופה אויף אפרוה.

א גרופע בחורים מצוינים תלמידי ישיבה קטנה גור אין בארא פארק האבן דעם תשעה באב געהאט די זכי' אפצורעכטן די תפילות און אמירת קינות אין די אכסניא פון האדמו"ר מגור בבית הנגיד ר' מאיר פריי הי"ו אין מאנסי, זייענדיג זיך מקשר צום צדיק מריחוק מקום.

אינטערסאנטע באגעגעניש דעם מוצאי תשעה באב ביים כותל המערבי צווישן האדמו"ר מפינסק קארלין און זשערעד קושנער דער אידישער איידעם פון פרעזידענט טראמפ יר"ה.

האדמו"ר מלעלוב איז מקדש די לבנה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי דעם מוצאי תשעה באב כמנהג צדיקי בית לעלוב.

Your browser does not support the video tag.

נייע פראקטישע מהלך צו שיקן שאלות און הזכרות צו המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב – דורך אימעיל לטובת די פילע חסידים ומעריצים פון אויסלאנד.

האדמו"ר מוויזניץ בית שמש מערקט "קרישקעס" אויף די גאסן פון אתרא קדישא ליזענסק ביים מקדש זיין די לבנה מוצאי תשעה באב.

Your browser does not support the video tag.

דער מייסטער ארענדזשער ר' יוחי פליישמאן פון YF פראדאקשנס כאפט אריין דעם טעגליכן עמוד אין די פארטאגס שעהן בעפאר אן אנגעשטרענגטער טאג אין די "בוני עולם" קאמענד סענטער.

Your browser does not support the video tag.

האדמו"ר מוויזניץ בית שמש אין א שמועס מיט האדמו"ר משאץ צווישן די מקומות הקדושים אין פולין, ווערט געזעהן החסיד המפורסם ר' טוביה גדלי' פעקעטע הי"ו.

האדמו"ר מקאסוב ווערט געזעהן ביים כותל המערבי וואו דער רבי פארברענגט די נעכט בתורה ועבודה כמנהג אביו האדמו"ר מקאסוב זצ"ל בחודשי הקיץ.

האדמו"ר רבי יצחק מאיר מארגנשטערן מתורת חכם ביים פארזאגן די תפילה פון "נחם" מיט יארמערליכע בכיות, דינענדיג אלס שליח ציבור תשעה באב ביי מנחה.

Your browser does not support the video tag.

שיין בילד פון האדמו"ר מסטיטשין ביים פארזאגן די קינות ביום תשעה באב ביי וועלכן דער רבי לייגט אריין אן עבודה רבה כדרכו.

רירענדע סצענע תשעה באב ביי חצות היום, וואו דער "ינוקא" הגאון רבי שלמה יהודה שליט"א טוישט זיך איבער דעם שווארצן טלית וואס מען איז זיך נוהג צו גיין אנגעטוהן אין טייל ספרדישע קרייזן אלס מנהג אבילות וזכר ולחורבן.

Your browser does not support the video tag.

שאלו שרופה באש: דער באקאנטער מגיד מישרים הרה"ג ר' שמעון אופמאן שליט"א פון מעלבארן אויסטראליע אין א ווידיאו דעם תשעה באב, באוויינט דעם גרויסן ביהמ"ד עדת ישראל אין מעלבוירן, וועלכע איז ליידער שווער פארניכטעט געווארן אין א העלישער אנטיסעמיטישער פייער אטאקע דעם יאהר.

Your browser does not support the video tag.

האדמו"ר ממעזיבוז ביים אפרעכטן תיקון חצות דעם ליל תשעה באב על יד ציון הק' פונעם רבן של ישראל הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע וואו דער רבי האט מקונן געוועהן אויפן חורבן מיט בכיות עצומות.

הרב יואל מייזליש בן הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א, באזוכט ביי גאב"ד מאקאווא איינצולאדענען צו די בר מצוה פון זיינע צווילינג קינדער ני"ו.

האדמו"ר מסערט וויזניץ אינעם לוד לופטפעלד די וואך, אונטערוועגנס קיין עסטרייך אויף אפרוה.

א דרינגענדע הזכרה באלד ביים אנקומען אינעם לוטפעלד אין עסטרייך.

הגאון הגדול רבי יצחק זילבערשטיין רב שכונת רמת אלחנן מערקט "קרישקעס" אין א אויטא מיט הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן רב מגדל העמק ומגדולי מחזיקי התושבה בדוינו.

א ברכת מזל טוב לכבוד הרה"ח ר' מאיר כץ הי"ו משב"ק ביי האדמו"ר ממיאלען צום שידוך שליסן פון בנו החתן בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ

וְיִשְׂמְחוּ כָּל הָעָם • חג הסוכות בחצר הקודש קאפיטשניץ