דאנערשטאג פ' ואתחנן • י"ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
אן אייגנארטיגע מעמד קביעת מזוזה איז פארגעקומען היינטיגן מיטוואך פרשת ואתחנן, ווען כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט זיך מטריח געווען בטירחא דגופא און איז ארויף צום נייעם דירה פון הרה"ג ר' חיים מיכל כהן שליט"א ממעלניק, מגי"ש בביהמ"ד מונקאטש, אויף א מעמד קביעת מזוזה און מסיבת לחיים. באלד ווי דער רבי שליט"א איז אנגעקומען, איז מען צוגעגאנגען צום טיר, דער רבי שליט"א האט געמאכט די ברכה און קובע געוועהן די מזוזה.
דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך געזעצט צום טיש, טועם געוועהן מזונות און פארטיילט לעקאך און ברוינפן פאר די אנווענזדע, דערנאך האט דער רבי געטרונקן לחיים און געוואוטנשן ווארימע ברכות פאר הרב ר' חיים מיכל שליט"א, און געהייסן זינגעם הללוי' אודה השם. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הרב ר' חיים מיכל שליט"א מיט זיין געווענליכע חזקה ביי יעדע מסיבת לחיים אין הויף צו מאכן הויעך דעם על המחי' און דערביי מוציא זיין דעם רבי'ן און דעם גאנצן ציבור.