מאנטאג פ' ואתחנן • י' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
פארלאפאנעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מקוידינוב שליט"א ארויסגעפארן אויף א נסיעה צו די קברי אבות אין אייראפע מתפלל צו זיין ביי די קברי אבות לרגל די עידן חדוותא, די חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר דעם חודש אלול הבעל"ט. אין לויף פון א פילע וואך האט דער רבי פוקד געוועהן די ציונים הק' לענגאויס אוקריינע און פולין, אויף שבת האט דער רבי געוויילט אינעם הכנסת אורחים אין ליזענסק סמוך ונראה צום ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע.