הכנה דרבה צום היסטארישן סאטמארער שבת תולדות אין אתרא קדישא מירון אריין אין פולע שוואונג

דינסטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


די פארגאנגענע וואך איז אריין אין שוואונג די הכנה דרבה צום גרויסן סאטמארער שבת מירון וואס איז געפלאנט אויף שבת פ' תולדות תשפ"ו הבעל"ט, ווען עס איז געקומען צו פארן פון אמעריקא אויף א קורצע באזוך קיין ארץ ישראל, הרב נפתלי הירצקא שטיין הי"ו משב"ק כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ואתו עמו הרבני הנגיד ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו מראשי העסקנים ביי אלע מסעות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו עס איז אפגעהאלטן אסיפות מיט די עסקנים אין ירושלים, בני ברק און בית שמש, און באזונדער איז מען געזיצן לאנגע שעות אויף אסיפות מיט די גרעסטע ארגאנזירער וועלכע וועלן אהערשטעלן דעם היסטארישן שבת קודש אין אתרא קדישא מירון במקהלות אלופי אלפי חסידי סאטמאר.

אינמיטן די וואך איז מען אראפגעפארן קיין אתרא קדישא מירון וואו מען האט אויסגעארבעט די פלענער על כל פרטי' ודקדוקי, זייענדיג כסדר בקשר טעלעפאניש קיין קרית יואל מיטן משב"ק הרב ר' חיים שלמה פישער הי"ו איבערצוגיין יעדן פרט ופרט פונעם שב"ק וואס רעכנט אריין די תפילות, סעודות, עריכת השלחנות, מעמד הדלקה רבתי, אז אלעס זאל קלאפן עצהיו"ט.

באזונדער האט מען דן געווען אויף די שטחים איבערן גאנצן דארף און אלע דערפלעך ארום, און ספעציעל ארום די מערת הרשב"י, צו פלאנירן דאס אויסשטעלונג פונעם גרויסן שבת הבעל"ט, נעמענדיג אין באטראכט די שטרענגע געזעצליכע מניעות וועלכע זענען איינגעפירט געווארן נאך דעם טראגישן ל"ג בעומר אין מירון, מיט פולע נייע חוקים, תקנות וכדו'.

אין לויף פון די וואך זענען די עסקנים געזעצן אויף אסיפות בכל עיר ועיר, אויסצושטעלן די ימי הביקור וואס דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן צום ערשטן אין בני ברק, וואו עס וועט געפייערט ווערן דער מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין בית חינוך לבנות, אין ירושלים עיה"ק וואו דער הויכפונקט וועט זיין דער מעמד יציקת היסודות פארן קומת ביהמ"ד הגדול "ברך משה" ד'סאטמאר און באזונדער אין בית שמש וואו דער רבי פלאנט צו באזוכן דורכאויס דעם ביקור המרומם.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ