לכו והתפרנסו: צונויפברענג פון טויזנטער ביזנעסלייט ביי סוקסעספולע ערשטמאליגע "בעלזא עקספאו" אין ארץ ישראל

מאנטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק


מיט די העכסטע מאס סוקסעס איז דעם מיטוואך אפגעהאלטן געווארן די ערשטמאליגע "בעלזא עקספאו" אין ארץ ישראל, וואס האט צונויפגעברענגט טויזנטער בעלזער חסידים וועלכע זענען געקומען מקיים זיין דעם "לכו והתפרנסו זה מזה", אפצייכענענדיג אן ערשטמאליגער באגריף פון א "חסיד'ישע עקספאו" אין ארץ ישראל.

די עקספאו איז אהערגעשטעלט געווארן דורך ק"ק בעלזא, אין צוזאמענארבעט פון די ראשי העסקנים אינערהאלב די קהלה, אין שפיץ פונעם  ענערגישער ואיש המעש, הר"ר מאיר אברהם מאשקאוויטש מחשובי חסידי בעלזא, וועלכער האט מיט זיינע געבענטשטע כשרונות געברענגט א מוסטערהאפטיגע סוקסעס זייענדיג דאס געשפרעך פון טאג אין די גאנצע חסיד'ישע גאס.

זייענדיג אן ערשטמאליגע אונטערנעמונג אין ארץ ישראל, האט דאס געצויגן גרויס אינטערעסע און ברייטע שפאנונג איבער די גאנצע חסיד'ישע גאס, וואס האט נאכגעפאלגט מיט הנאה און פארגעניגן דעם בליענדן עקאנאמישן אויפבלי אין די חסיד'ישע וועלט, ובפרט אינערהאלב חסידי בעלזא, וועלכע מאכן ביזנעס אויף א העכסט סוקסעספולן פארנעם, און זיי זענען ריכטיג מקיים דעם "לכו והתפרנסו זה מזה".

איידער'ן עקספאו זענען די ראשי העסקנים אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און מאציל געווען ברכת קדשו לברכה והצלחה.

די עקספאו איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גיגאנטישן "בניני האומה" זאל אין ירושלים, מיט די אויסלייג פון קרוב צו "200" ביזנעסער וואס האבן רעפרעזענטירט זייער ביזנעס מיט שעפערישע געדאנקען ביי די פילצאליגע בודקעס, ווען צווישן זיי ציילט זיך אויך די פילצאליגע מפעלים און ארגונים אינערהאלב ממלכת התורה והחסד דבעלזא, צווישן זיי מרכז מוסדות בעלזא, צדקת ארץ ישראל, אהבת חסד, און נאך.

עס איז געווען א מחזה הוד מיטצוהאלטן דאס אחדות און ברידערליכקייט, און בעיקר דאס רעספעקט וואס יעדער האט אפגעגעבן איינער צום צווייטן, קיין שום מושג פון קאנקורענט האט נישט עקזיסטירט.

דורכאויס דעם טאג האבן זיך דורכגעדרייט טויזנטער סוחרים און ביזנעסלייט, פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע האבן באוואונדערט דעם געלונגענעם צוזאמענברענג פון אזויפיל הונדערטער ביזנעסער און סערוויסעס ביים היימישן ציבור.

מיט א הדרת כבוד האט מען ביים עקספאו אויפגענומען הרה"צ ר' אהרן מרדכי רקח שליט"א בנו יחידו פונעם בעלזער רב שליט"א, וועלכער האט מיט התפעלות אומגעקוקט אויפ'ן זאל, באגלייט דורך די ראשי העקספאו, און דאן משמיע געווען דברי ברכה און ארויסגעהויבן די שיינקייט פונעם כינוס לסוחרים נאה להם ולעולם וואס קומען זיך שטיצן און מאכן ביזנעס צווישן זיך.

באזונדער האט מען שפעטער מקדם געווען בברכה הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א, נכדו הגדול פונעם רב שליט"א, וועלכער איז פערזענליך ארום צווישן די עקזיביטארס און זיך אומגעקוקט מיט צופרידנהייט אויף די געוואלדיגע הצלחה ביי אלע סוחרים.

א קידוש שם שמים האט זיך געשאפן פון די ערליכע חסיד'ישע אטמאספער ווי אזוי די גאנצע עקספאו איז צוגעגאנגען, בכל צעד ושעל, סיי בכלליות ווען אלע ביזנעסלייט זענען גאנגען מיט'ן חסיד'ישן לבוש, במשך די גאנצע צייט, כרצון קדשו פונעם רב שליט"א, זייענדיג די שענסטע באווייז אז טראץ מ'איז גרויס אין די ביזנעס וועלט, קען מען נאך אלץ גיין אנגעטון חסיד'יש, און מ'דארף זיך גארנישט כלומר'שט אהערשטעלן.

אין לויף פונעם טאג זענען אפגעהאלטן געווארן פארשידענער דרשות אין לעקציעס מיט ווערדפולע אינפארמאציע וואס קען צונוץ קומען אינעם עולם המסחר, צווישן זיי פונעם בארימטן ביזנעס מבין ר' רפאל וואהל, פון די עקספאו אנפירער מיט הנגיד ר' אברהם משה מרגליות, אייגנטומער פון די לעגענדארע "אושר-עד בינגאו" געשעפטן נעץ, וועלכער האט מיטגעטיילט די הצלחה-שליסלען פון זיינע געשעפטן.

אין לויף פונעם טאג האבן זיך געשטעלט מניני שחרית און מנחה, און באזונדער האט זיך אין לויף פונעם טאג געהערט דער קול תורה אינעם ספעציעל אהערגעשטעלטער "היכל הלימוד", וואו די סוחרים האבן זיך אריבערגעכאפט אויף קביעת עתים לתורה.

שפעטער ביינאכט נאכ'ן עקספאו, האט דער משב"ק הרה"ח ר' מיכל פירער איבערגעגעבן פאר'ן רב שליט"א א לעבעדיגן באריכט פון די הצלחה'דיגע עקספאו וואו ער האט באזוכט פריער אין טאג, און דער רב האט במאור פנים אויפגענומען די געוואלדיגע גוטע גריסן, און מאציל געווען ברכת קדשו פאר אלע סוחרים ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ