דערהויבענע "חומש סעודה" אין גאנץ יאריגע תלמוד תורה אין מאנטיסעלא אין שפיץ פון אורח הדגול האד' מסקולען לעיקוואד

מוצאי שב"ק פ' מטות מסעי • א' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


מיט א התרגשות דקדושה האבן די קינדער פון די גאנץ יאריגע ת"ת אין מאנטיסעלאו געהאט די זכיה פאריגע וואך צו מקבל פנים זיין כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, וואס איז געווען צוגאסט אין שטאט, לכבוד די מעמד החומש סעודה פון אן אייניקל, א זוהן פון זיין זוהן הרב אלכסנדר חיים פארטוגאל שליט"'א פון די חשובע תושבים אינעם היימישן יישוב אין מאנטיסעלא. דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד המאורע און אויסגעדריקט זיין התפעלות וואו דער ישוב און די מוסדות בפרט איז אזוי געשטיגן בכמות ובאיכות. דערנאך זענען אלע קינדער דורך מקבל זיין ברכת קדשו.

נאכן מעמד האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין שטוב פון בנו חביבו  הרב אלכסנדר חיים פארטוגאל שליט"'א.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ