האד' מבאבוב-45 אפגעשטאט ביקור קודש אינעם זומער חדר דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק

פרייטאג פ' מטות מסעי • כ"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


די וואך מיטוואך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אפגעשטאט א ביקור קודש אינעם זומער חדר דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק. די הונדערטער ילדי החמד האבן ענטפאנגען דעם רבי'ן ברחובה של עיר אויף די איין און פערציגסטע גאס פארנט פונעם בנין התלמוד תורה און מקבל געווען את פני הקודש בשירה ובזמרה, די רבי איז צום ערשט אריין אין א זייטיגע צימער בבנין הת"ת ווי אלע קינדער זענען דורך שלום נעמען.

דאן איז די רבי ארויף אינעם זאל פונעם חדר וואו עס איז פארגעקומען די מעמד הקבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן, די צאן קדשים האבן געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים פונעם בעל הילולא די פריערדיגער באבובער רב זי"ע און די ניגונים פון יבלחט"א דער רבי שליט"א.

דער מנהל הרה"ח ר' אברהם בראון הי"ו האט מיט פאסיגע דיבורים מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן און איבערגעגעבן א גריס מהנעשה והנשמע בין כותלי התלמוד תורה וואו די קינדער פארברענגען ווייטער דורכאויס די זומער וואכן מיט א געוואלדיגן התעלות. דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, ארומרעדנדיג מיט א ליבליכקייט צו די תלמידים הקרויים בנים, מיט דברי הדרכה וויאזוי א באבובער יונגל דארף זיך אויפפירן. דערנאך זענען אלע מחנכים און אלע קינדער דורך ביים רבי'ן באקומען פירות און ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט גרויס שמחה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ