הערליכער 'פארשטעלונג-צענטער' איבער'ן לעבן און שאפן פונעם חזון איש זי"ע אהערגעשטעלט בביתו נאוה קודש אין בני ברק

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין די טעג איז געעפנט געווארן פאר'ן ברייטן צבור א הערליכן 'פארשטעלונג-צענטער' אינערהאלב דעם הייליגן הויז פונעם גאון ופוסק הדור מרן החזון איש זי"ע, וואס געפינט זיך אויף רחוב חזון איש אין בני ברק, וואו עס ווערט אויף א מייסטערהאפטן פארנעם פּרעזערווירט און פארגעשטעלט דאס לעבן און שאפן פונעם שר התורה ומנהיג היהדות החרדית באריצנו הקדושה, אינעם זעלבן בנין וואו עס געפינט זיך די תלמוד תורה 'תשב"ר חזון איש' וואס איז נתייסד געווארן בשנת תשי"ד נאך די פטירה פונעם חזון איש און איז ביז'ן היינטיגן סטאנציאנירט אינעם הייליגן הויז.

אין די לעצטע יארן האט זיך כסדר פארמערט די שטראם פון פילע באזוכער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס האבן געוואלט קומען כאפּן א בליק אדער זאגן א תפלה צווישן די הייליגע פיר ווענט פונעם איינפאכן צימער וואס האט געדינט אלס מגוריו פון גאון ישראל וקדושו מרן החזון איש, דער קליינער צימער פון וואו ס'איז ארויס תורה והוראה איבער די גאנצע וועלט און פון דארט זענען ארויסגעקומען די צענדליגער בארימטע פסקים פונעם חזון איש, איז באשטאנען פון א פשוט'ן טיש און בענקל און א בעט, און איז שוין צענדליגער יארן פּרעזערווירט זייענדיג אויסגעשטעלט אויפ'ן זעלבן פארנעם גענוי ווי בחייו פונעם גאון, און דערצו איז אין די לעצטע תקופה אונטערגענומען געווארן א מאסיוון פּריאעקט אהערצושטעלן א ברייטן פארשטעלונג איבער'ן לעבן און שאפן פונעם גדול הדור.

כדי נישט אוועקצונעמען פון די באקוועמליכקייט פון די תלמידי התלמוד תורה תשב"ר, האט מען אהערגעשטעלט צוויי נייע שטאק אונטער די ערד וואס אנטהאלט אין זיך פילע פארשטעלונגען איבער'ן לעבן און שאפן פון הייליגן חזון איש זי"ע, אנגעהויבן פון זיין געבורט שטאט קאסאווע אין מאלדאווע, און פון דארט ביז קיין ירושלים דליטא, ווילנא די שטאט וואו דער גאון האט בימי נעוריו זיך משלים געווען בכל חלקי התורה, ביז צום טאג ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל וואו ער איז געווען דער מנהיג היהדות החרדית עד יומו האחרון, צווישן אנדערע ליגן דארט אויך פילע קוויטלעך וואס אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן געגעבן פאר'ן גאון ער זאל פאר זיי מתפלל זיין.

ערשט מיט גענוי א האלב יאר צוריק בימי החנוכה איז אינעם זעלבן בנין באנייט געווארן די היסטארישע פּריוואטע מקוה פונעם שר התורה ופוסק הדור דער הייליגער חזון איש זצ"ל און איז דאן געעפנט געווארן צום באנוץ פונעם ברייטן ציבור, און אצינד וועלן אידן האבן די געלעגנהייט זיך צו באקענען פון דער נאנט מיט די שטורמישע לעבנס געשיכטע פונעם גאון ומנהיג ישראל בדור האחרון.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ