העלישע שריפה נעבן ביהמ"ד דחסידי טשערנאביל אין ירושלים פאראורזאכט שאדנס פארן ביהמ"ד

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


א העלישע פייער האט היינט אויסגעבראכן אין א ביציקל געשעפט אויף די תובל גאס אין די רוממה געגנט אין ירושלים, וואו עס געפינט זיך אינעם זעלבן בנין דער ביהמ"ד דחסידי טשערנאביל וואס איז טיילווייז געשעדיגט געווארן פון די פייער. עטליכע מתפללים אין ביהמ"ד וועלכע האבן באמערקט די רויעך האבן שנעל ארויסגעראטעוועט די ספרי תורה פונעם ארון הקודש, בעפאר די שטורמישע פלאמען האבן זיך פארשפרייט צוליב די אויפרייסן פון באטאריעס.

צענדליגע פייערלעשער זענען באלד אלאמירט געווארן צו די סצענע און נאך א לענגערע צייט איז די פייער געברענגט געווארן אונטער קאנטראל, אן קיין מענטשליכע שאדן.

אין רעזולטאט פון די פייער, האט די פריוואטע צימער פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א אין ביהמ"ד געליטן ערנסטע שאדנס און די פענסטער'ס פון ביהמ"ד האבן אויפגעריסן פון די היצן.

אויף דעם שבת וועלן די מתפללים אין די טשערנאבילער ביהמ"ד דאווענען אין די בשכינות'דיגע בית מלכה זאל, ביז דער ביהמ"ד וועט צוריקגעשטעלט ווערן אין פלאץ.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ