דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שראלי ב., JDN
אין א שמחה'דיגע שטימונג איז די וואך מאנטאג געפראוועט געווארן די שמחת קישור החיתון לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יעקב יוסף גאלדמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד סקווירא אויף ראמען אין מאנסי, זון פון הגה"צ ר' שמואל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, די שמחה איז פארגעקומען אין די ווילחאוויץ זאל אין מאנסי.
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד, האבן מפאר געוועהן בראש השמחה כ"ק האדמו"רים לבית סקולען, פון מאנסי, לעיקוואד, בארא פארק, ישועות יעקב סקולען און האדמו"ר מסטרעליסק. און צו זייער זייט כ"ק האדמו"רים מראחמיסטריווקא מאנסי, ראחמיסיטריווקא ספרינג וואלי, צאנז זוועהיל, בארניב, גדולת משה זוועהיל, זוטשקא מאנסי, ווערדאן פון ירושלים, אבד"ק ראחמיסטירווקא מאנסי, הרבנים בני האדמו"ר מסקווירא, אבד"ק סאטמאר מאנסי, אבד"ק סיקסא, אבד"ק תולדות אהרן מאנסי, אבד"ק פאפא מאנסי, אבד"ק בריגל, און נאך פיל.
מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן פון מאנטריאל צו די שמחה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים. דורכואיס די שמחה האבן פילע חסידים ואנשי מעשה תושבי מאנסי זיך געשלענגעלט אין די רייען דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב פאר די בעלי השמחה ובראשם דער געהויבענער אבי החתן כ"ק האדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א.