האד' מבאבוב באזוכט אין מחנה מתיבתא עץ חיים ד'באבוב‎ אין פענסליוועניע

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


דעם מאנטאג פארנאכטס איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען אויף די יערליכע באזוך מחנה מתיבתא עץ חיים אין פענסליוועניע. דער רב שליט,א איז ערשינען אין קעמפ בשעת בין הסדרים און זיך אומגעקוקט ווי די בחורי הישיבה זיצן און לערנען בהתמדה אפילו בין הסדרים ספעציעל האט דער רב שליט"א געשעפט א געוואלדיגע הנאה ווי די בחורים זענען געזעסן און געלערנט אין די ראמען פונעם סדר לימוד הלכה וואס איז איינגעפירט געווארן דעם יעצטיגן זומער זמן לאור די קריאת הקודש פונעם רב שליט"א ביי די שבע ברכות פון נכדתו הכלה דעם חודש סיון ווי דער רב האט מעורר געווען די בחורים צו מאכן א סדר לימוד אין הלכה ווי מ'לערנט מיט יונגערע בחורים שו"ע אורח חיים, די בחורים האבן זיך טאקע אנגעשלאסן אין דעם נייעם לימוד בחבורת 'הורינו' לדעת את הדרך ילכו בה.

דער רב שליט"א האט פאר א לענגערע צייט ארומשפאצירט בין ספסלי דבי מדרשא און זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע בחורים, דערנאך האט דער רב משמיע געווען אמרי קודש און ארויסגעברענגט רגשי לבבו און קורת רוחו צוזעהנדיג ווי די בחורים הארעווען בהתמדה רבה און ווי פאסיג דאס איז אלס הכנה צום הילולא פון טאטן ז"ל. דערנאך זענען אלע בחורים אריבער געבן שלום ווי די רב האט אויפגענומען יעדן בסבר פנים יפות און מ'האט ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א בשירה וזמרה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ