האד' מבעלזא פארגייט זיך אין געוויין ביי אסיפה מיט ראשי ארגון "כנשר" להצלת נפשות ישראל

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


א גאר רירנדער מאמענט האט זיך אפּגעשפּילט פארלאפענע וואך בקודש פנימה פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער האט אין א זעלטענעם שריט אויסגעבראכן אין א געוויין בשעת'ן אויפנעמען א גרופע חברי ההנהלה פון די וועלט בארימטע ארגאניזאציע 'כנשר' להצלת נפשות ישראל ברוחניות.

די חשוב'ע ארגאנזיאציע 'כנשר על גוזליו' אדער ווי גערופן בקיצור 'כנשר', איז געגרינדעט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק בברכת קדשם פון די גדולי האדמורי"ם ומנהיגי עולם התורה בארצנו הקדושה זיך אפצוגעבן מיט'ן קריטישן פראבלעם אז היימישע בחורים גליטשן ליידער אראפ פון אידישן דרך, ווען צו דער זעלבער צייט שטייען זיי גרייט מיט די נויטיגע הדרכה און יעוץ פאר די באטראפענע עלטערן ווי אזוי זיך צו ספּראווען מיט די צרה, און עס זאל בעז"ה פארווירקליכט ווערן דער 'והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם'. אין די לעצטע תקופה האבן די חברי הנהלת המפעל אין שפּיץ פונעם מייסד ומנהל הרב אביגדור שטיגל באזוכט ביי א צאל גדולי גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות אין ארץ ישראל, וואו די הנהלה האט אראפגעגעבן פאר די גדולי ישראל א קלארן בילד פון זייערע פארצווייגטע פעולות להצלת נפשות און גלייכצייטיך זיך מתייעץ געווען און מקבל געווען פארשידענע תורה'דיגע הדרכות אין די האקעלע ענינים.

פארלאפענעם מיטוואך פנחס איז די משלחת בראשות פונעם מנהל ר' אביגדור שטיגל ארויפגעקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אינאיינעם מיט עטליכע היימישע עלטערן פון אזעלכע בחורים, וואו דער חשוב'ער מנהל האט פארגעשטעלט פאר'ן בעלזער רב די פילע פעולות פון די ארגאניזאציע, און דערביי געצייגט פאר'ן רב די אויסגאבעס 'הנשמה לך' וואס די ארגאניזאציע האט ארויסגעגעבן פיל מיט דברי חיזוק פאר די צובראכענע עלטערן פון די פארפאלענע נשמות, וואס דער רב שליט"א האט א לענגערע צייט דורכגעקוקט מיט א שטארקע אינטערעסע.

דערנאך האט המשפיע הגה"צ ר' יהודה דייטש שליט"א מרבני המפעל פארגעשטעלט פאר'ן רב דעם אויסטערלישן צער און ווייטאג וואס אזעלכע עלטערן גייען אדורך, און ווי שווער עס קומט זיי אן זיך צו פארמעסטן מיט די צרה אויף א טאג טעגליכן פארנעם, פלוצלינג צו יעדנס שאק איז דער רב זיך פארגאנגען אין א געוויין פאר עטליכע מינוט ותהי המקום לחרדת אלוקים, עס איז געווען אזוי קענטיג ווי דער מנהיג ישראל ומיצר בצרתן של ישראל וועלכער הערט ליידער אפט אויס צרות ישראל בכלל ובפרט, איז אצינד אויסטערליש איבערגענומען געווארן פון די ביטערע צרה וואס האט באטראפן אזויפיל היימישע שטיבער.

דער רב האט דערנאך מרעיף געווען טללי חיזוק פאר די חשוב'ע הנהלה און די צובראכענע עלטערן באגלייט מיט ברכות קדשו אז די אלע פעולות זאלן אויפטוהן וואס מ'דארף, און די הנהלה איז ארויס פון דארט שטארק איבערגענומען און מחוזק.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ