נקדמה פניו בתודה: מעמד קבלת פנים לכבודו פון האד' מסקווירא אין בשילוב מיט שמחת אירוסין אין רבינס הויף

דינסטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שראלי ב. ניסן ב. JDN


דעם דאנערשטאג האט זיך כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אומגעקערט קיין קרית מלך רב, שיכון סקווירא נאכן וויילן אין קאליפארניע אויף אפרוה די לעצטע דריי וואכן, באנאכט איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שטעטל די שמחת האירוסין פון אן איר אייניקל ביים רבי'ן, די כלה א טאכטער פון הרב חיים מאיר טווערסקי שליט"א, זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' ישכר דוב טויב שליט"א אב"ד קאלוב וויליאמסבורג, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א,  די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, אינאיינעם מיט די מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן.

שפעטער באנאכט האט דער רבי קובע געוועהן א מזוזה אינעם נייעם פראווע שטוב וואס מען האט נארוואס איבערגעבויעט, דער רבי האט קובע געוועהן א זילבערנע "קדשינו" מזוזה פון די מזוזות וואס דער רבי האט פארטיילט פאר די חסידים וועלכע האבן זיך אונטערגענימען קבלת טובות בעניני טעכנאלאגיע און צניעות.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ