דינסטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
כ"ק האדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א וואס וויילט די יעצטיגער זומער וואכן אין קרית יואל אויף אפרוה, האט דעם זונטאג אפגעשטאט א לענגערע באזוך ביי הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וואו עס איז במשך דעם באזוך פארפירט געווארן א שיינעם תורה'דיגן שמועס באגלייט מיט זכרונות פון די אפטע באזוכן פון צדיקי בית סקולען אין דער שטאט קרית יואל וואו דער דיין האט אויפגעוויקלט פון זיינע זכרונות מידי קדם. נאכן באזוך האט דער דיין מכבד געוועהן דעם רבי'ן מיט לחיים און ארויסבאגלייט לרחובה של עיר.