מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, JDN
דעם פארגאנגאנעם וואך האבן די הונדערטער תלמידים פון מחנות הקיץ דקהילות יעקב פאפא אין סוואן לעיק געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין דעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער איז געקומען מיטהאלטן א פולע וואך מיט די תינוקות של בית רבן און בחורי חמד פון די ישיבה קטנה ד'פאפא וואס האבן געשעפט מלא חפנים תורה ויראת שמים במחיצת הקודש.
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען בשערי המחנה מאנטאג נאכמיטאג, און געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד פון די אברכים. שפעטער אויפדערנאכט האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד פון די מחנכים און מדריכים, נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים לכבודו וואו דער רבי האט ארומגעשמועסט שיינע ענינים מיטן שוואגער הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א, און פארטיילט שיריים פאר די עסקני המחנה.
צומארגנס דינסטאג אין די מיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם נייעם בנין פון די קינדער ביהמ"ד "היכל בית יחיאל" וואס איז נתחנך געווארן פארלאפענעם יאהר בנדבת לבו הטוב פון הנגיד החסיד ר' מיכל אבערלאנדער הי"ו מראשי קהילת פאפא, וואו עס איז פארגעקומען די מעמד קבלת פנים רבתי דורך די הונדערטער ילדי המחנה.
צום ערשט האט הרב אברהם חיים שפיטצער שליט"א מנהל פון די פאפא ת"ת אין בארא פארק אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים און מקבל געווען את פני הקודש, דערנאך האט די רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש און דברי הדרכה פאר די ילדי החמד, צום שלוס זענען די מחנכים און מדריכים דורך שלום נעמען.
מיטוואך האט די רבי געדאוונט שחרית אין היכל ישיבה קטנה אין מחנה רובינשטיין, נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים, צום ערשט האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרב יודא אליעזר קופערשטיין און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען שיחת קודש דברי הדרכה פאר די בחורים.