חסידים ואנשי מעשה פוקד געוועהן פריש אנטדעקטער ציון פונעם הייליגן אור לשמים אין די שטאט אפטא

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין די טעג הערשט אן אויפוואכונג ביי חסידים ואנשי מעשה צו פוקד זיין דער פריש אנטדעקטער ציון פונעם הייליגן אור לשמים אין די שטאט אפטא אין פולין צום 189'סטע הילולא קדישא, וואס געפאלט היינטיגן מאנטאג כ"ה תמוז.

דער ציון הקדוש פונעם הייליגן אור לשמים זי"ע אין שטאט אפטא איז אלע יארן ביז צום ביטערן צווייטן וועלטס קריג געווען באקאנט אלס מקום מסוגל לישועות זייענדיג א ריכטיגן תל תלפיות שהכל פונים אליו בפרט ביים הילולא ווען די שטראם פון טויזנטער אידן פלעגט אנהאלטן ביז צוויי וואכן נאך די יארצייט, און ווי די יודעי העיתים שרייבן זענען די נסיעות קיין אפטא געווען פון די גרעסטע געפארעכטס אין פוילן – א שטייגער ווי די נסיעות קיין צאנז און ליזענסק!, צווישן די מאסן עולים זענען גדולי תלמידיו געקומען מתפלל זיין על ציון קדשו, צווישן זיי דער חידושי הרי"ם, דער תפארת שלמה, דער סבא קדישא פון ראדאשיץ, דער צאנזער רב זי"ע, און נאך פילע קדושי עליון.

בשעתן קריג איז דער פלאץ ליידער פארשוועכט געווארן אויף גאר א שווערן פארנעם, זייענדיג אינעם צענטער פון שטאט האבן עס די ארטיגע גוים פארוואנדלט אין א פארק און אין א בחינה פון שבר על שבר האבן די פאלאקן אויסגעוועלט צו בויען א טעאטער אין צענטער פון פארק – פונקט איבער די מקום פונעם ציון הקדוש, באו גוים בנחלתיך טמאו את היכל קדשיך.

עטליכע יאהר צוריק האבן זיך עטליכע ענערגישע עסקנים אריינגעלייגט אין די מלאכת הקודש צוריקצובאקומען די אדמת קודש אונטער אידישע הענט. אנגעהויבן מיט'ן טעכניש אידענטיפיצירן די פונקטליכע גבולות בית החיים, און די מדויק'דיגע פלאץ פונעם ציון הקדוש, דורך צוזאמנעמען אפיציעלע בילדער, און עדות'שאפטן פון פאר'ן קריג, און דערנאך אראפברענגען א פראפעסיאנעלע סורוועי קאמפאני, צו אפמעסטן און באשטימען גענוי וואו ס'געפינט זיך דער ציון הקדוש. 

נאכן דורכפירן העכסט-סאפיסטיקירטע סקען מאשינען האט מען טאקע געפונען די פונדאמענט פונעם אוהל הקדוש – גענוי אויף דעם ארט וואו די סורוועי קאמפאני האט עס אנגעצייכנט. ווי אויך האט מען קלאר געקענט אידענטיפיצירן דעם ציון פונעם אור לשמים, און פון זיינע זוהן רבי ישראל און רבי פנחס, און פון הרה"ק רבי שמואל מגיד זי"ע – תלמיד פונעם קאזשניצער מגיד זי"ע, וואס האט סוף ימיו געדינט אלס מגיד אין אפטא, און איז נטמן געווארן אינעם אוהל הקדוש.

דערנאך איז מען אריין צו די עבודה קשה, צוריקשטעלן דעם פלאץ אונטער אידישע אייגענטום, און אוועקנעמען דעם טעאטער פון אזא מקום קדוש, און בסייעתא דשמיא האט מען צוביסלעך געמאכט פארשריט אין דעם געביט, אויך האט מען מפרסם געווען דעם פלאץ פונעם ציון הקדוש און ס'איז באשיינפערליך געווארן א מקום תפלה פאר פילע רייזנדע צו די מקומות הקדושים.

דעם פארלאפענעם יאהר ביים יארצייט, האבן זיך במשך דעם מעת לעת אדורכגעדרייט עטליכע און הונדערט אידן ביים ציון, וואו די עסקנים האבן אויפגעשטעלט א פראוויזארישע ציון פונקט העכערן מקום הציון. און אויך דאס יאהר הערט מען צוריק פון נאך א גרעסערן ציבור אידן וואס זענען אנגעקומען ציון הק', און האבן זיך אויסגעגאסן זייער הארץ ביים ציון און געזאגט די הייליגע תפילה פונעם צדיק אויף פרנסה און איבערלאזן א קוויטל ביים ציון, פועל'נדיג פרנסה בשפע און אלעס גוטס.

צווישן די מערערע שיירות איז היינט אנגעקומען קיין אפטא א קבוצה בראשות הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א ובני משפחתו, הגה"צ רבי יואל הלברשטאם שליט"א אב"ד בית שמואל קרית יואל און נאך.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ