זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט גרויס התרגשות, איז היינטיגן זונטאג אפגעהאלטן געווארן די שמחת הברית־מילה פון אן איר אייניקל ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט”א, בעל תשובות והנהגות. די שמחה איז פארגעקומען בהיכל ישיבתו הרמה פונעם גאון אין דער שטאט בית שמש.
דער רך הנימול איז אן אייניקל פון בנו דער ראש הישיבה הגאון רבי אפרים זלמן שטרנבוך שליט”א, א זון פון נכדו חביבו הרה"ג רבי פנחס שטערנבוך שליט"א פון די נאנטע בני בית ביים פוסק הדור וועלכע דינט אלס מגיד שיעור ומרביץ תורה אין די ישיבה.
דער גאון שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און ברכות. נאכן ברית איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים ביי וועלכן די תלמידי הישיבה האט געזינגען פרייליכע ניגונים לכבוד די שמחה און דער פוסק הדור האט געוואונטשן לחיים.
צווישן אנדערע האבן באשיינט בראש השמחה די רבני העיר בית שמש הגאון רבי נתן הכהן קופשיץ שליט"א רב שכונת נחלה ומנוחה, הגאון רבי אלימלך קארנפעלד, און הגאון רבי יצחק יעקב אולמאן שליט"א.