עשירי קודש: צענטע הילולא קדישא פון האדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויז'ניץ זצ"ל בצל בנו האד' מסערט וויז'ניץ

זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, יוסי לוי


ברגשי קודש האבן חסידי סערט וויז'ניץ דעם מיטוואך כ' תמוז אפגעצייכנט די צענטע יומא דהילולא קדישא פונעם באליבטער און אומפארגעסליכער רועה נאמן הרה"ק בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצוק"ל וואו מען האט אין דעם טאג מעלה געווען זכרונו הבהיר און געטון פעולות לעילוי נשמתו הטהורה בגנזי מרומים. שוין אנגעהויבן פון די נאכמיטאג שעה'ן בערב יומא דהילולא איז אפגעהאלטן געווארן די יערליכע יריד ווי עס איז געוועהן צו באקומען אלע ספרים וואס זענען ארויסגעגעבן געווארן לאור עולם דורך קהל חסידי סערט וויזניץ, פאר גאר ביליגע פרייזן, יפוצו מעינותיך חוצה.

צום באשטימטער צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן הטהור, די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט די קדיש.

עס האבן באשיינט דעם פני המזרח כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א, הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים שליט"א ובניו, די קינדער פון הגה"צ רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפען און נאך פילע בנן של קדושים בני משפחת המלוכה.

ביי די דברות קודש האט די רבי מעורר געווען די חסידים זיך מדבק צו זיין בדרכיו הטהורות ספעציעל אין מידות טובות, און בפרט אהבת ישראל. דער רבי האט מסיים געוועהן מיט א ברכת קודש אין ליכט פון די ביטערע גזירה וואס די עוקרי הדת ווילן ארויפצווינגען אויף די לומדי התורה, און געוואונטשן אז זיי זאלן האבן א מפלה און נישט קענען שלעכטס טוהן פאר אידישע קינדער. מען האט געזינגען ניגוני ימים נוראים, דער רבי האט דאן פארגעזינגען יזכור אהבתם, און געבענטשט ברכת המזון על הכוס.

אין לויף פון די נאכט האט די רבי שליט"א אויפגענימען דעם ציבור חסידים מיט קוויטלעך להיזכר לטובה בהאי יומא רבה. צופרי ביים מסיבת לחיים נאכן דאווענען בביתו נאווה קודש האט דער רבי מעורר געווען די חסידים בשום אופן נישט צו שטיין אויף קיין מציבות חלילה וואס דאס איז אן איסור גמור און א בזיון המתים.

דערנאך איז די רבי ארויסגעפארן צום ציון הקדוש אויפן בית החיים אין בני ברק אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים פון אלע שטעט, די רבי האט געזאגט די מענה לשון תפילה כנהוג, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון און קדיש, און די רבי האט זיך משתטח געווען א תפילה חרישית און אריינגעלייגט די קוויטלעך אינעם ציון הק'. דערנאך האט דער משמש בקודש ר' נפתלי קליין הי"ו געזאגט קל מלא רחמים, און די רבי איז צוגעגאנגען צו די ציונים הק' פון די זיידע'ס דער אהבת ישראל און דער מקור ברוך, דערנאך איז די רבי ארויס פונעם אוהל און צוגעגאנגען צום ציון פון אמו הרבנית ע"ה, און צום ציון פון די באבע די רעבעצין אשת חבר הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ.

באזונדער האט דער רבי מתפלל געוועהן ביים ציון פונעם פעטער הגה"צ ר' אלי' שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן אינעם אוהל הק' לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן אויפצומארגנס כ"א תמוז.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ