פירנדע אדמור"ים און מנהיגי הקהילות בראש המערכה ביי שטורמישע מחאה קעגן חילול קברים אין יאהוד

זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני


אין די צייט וואס די פראטעסטן ביים מקום החילול קעגן די שענדליכע חיטוטי שכבי אין שטאט יאהוד טוט פארזעצן טאג טעגליך קעגן די שענדליכע שוד המתים, איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן א שטורמישע עצרת מחאה מיט א פרישע רשימה פון אדמור"ים חשובים ומנהיגי הקהילות וועלכע זענען ארויסגעקומען אין שפיץ פון הונדערטער חסידים זיך אנצונעמען פאר די קברי הקדמונים אין די מערכה כבידה קעגן די שרעקליכע מעשה פשע דורך די "אאורה" קאנסטרוקציע פירמע וואס ארבעט שוין חדשים אויפ'ן שטח און האבן אצינד באנייט די ארבעט אויפ'ן ארט מיט גרויס רשעות און אכזריות.

ובראשם האבן זיך אנגעזעהן ביים מקום החילול כ"ק אדמו"ר מנדבורנה שליט"א, כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א און הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק  וויינבערג שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א – בשליחות הקודש.

מטעם די קהילות הקודש איז געוועהן צוגעשטעלט באסעס פאר די חסידים פון אלע שטעט, וואו די מנהיגי הקהילות האבן מוחה געוועהן יעדער לויט זיין באשטימטער צייט, און מעתיר געוועהן בתפלה לפני שוכן מרומים, אז עס זאל שוין בטל ווערן די גזירות פון חיטוטי שכבי.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ