נייע ביהמ"ד הגדול דחסידי תולדות אברהם יצחק אין ביתר באנייעט ביי שבת חנוכת הבית בצל האד' מתולדות אברהם יצחק

מוצאי שב"ק פ' פנחס • כ"ג תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט גרויס התרגשות האבן תושבי עיר ביתר און חסידי תולדות אברהם יצחק מיטגעהאלטן דעם שבת פרשת פנחס בצל הקודש פון כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואס עס איז געפראוועט געווארן דעם שבת אויף א גרויסער פארנעם לשמחת לבם פון קהל חסידיו אין די תושבים פון שטאט, לרגל די חנוכת הבית פון די נייע היכל הביהמ"ד און די מקווה טהרה אינעם בנין ביהמ"ד הגדול דחסידי תולדות אברהם יצחק אין שטאט ביתר.

מיט ארום פינעף יאהר צוריק האט זיך די קהילה קדושה תולדות אברהם יצחק אין ביתר אריינגעצויגן אינעם בנין ביהמ"ד הגדול וואס מ'האט באנייט אלס משכן קבע לתורה ולתפילה, למעשה האט מען אין לויף פון די יאהרן געדאווענט אין א צייטוויליגע הבית המדרש אינעם בנין, און די צייט וואס  די בוי ארבעט איז אנגעגאנגען צו פארענדיגן די ריזן היכל בית מדרש כלול בהדרו ובמראה יפיו און א מקום גדול רחבת ידיים אלס א מקום קבוע לתורה ועבודה פאר די חסידים תושבי העיר.

אצינד צו דעם פריידיגן מאמענט ווען מען איז בשעה טובה ומוצלחת מחנך דעם נייעם היכל בית המדרש, אין צוגאב צו די מקווה טהרה וואס איז אויפגעבויט געווארן בתכלית ההידור והיופי למען טהרתן של ישראל, האט מען געהאט די זכיה לקבל פני קדשו פון די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואס איז געקומען צופארן מחנך זיין דעם נייעם היכל און מקווה טהרה, און משפיע זיין מזיו הודו והדרת קדשו אויף עדת צאן מרעיתו.

די רבי שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט שוין דעם היינטיגן מיטוואך און וועט זיך אויפהאלטן ביז אינמיטן די וואך בקרב חסידיו. די רבי וועט האבן די אכסניא אין די נייע מעון הקודש וואס איז באנייט געווארן פארן רבי'ן שליט"א אינעם בנין הבית מדרש און איז איינגערישט געווארן מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען וואס פעלט זיך אויס פארן מעון הצדיק, וואס די רבי שליט"א האט דעם שבת באנייעט.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ