הונדערטער אידן אין אמעריקא זיך געווארעמט ביי די דרשות חיזוק והתעוררות דורך המשפיע הגה"צ רבי יודל דייטש שליט"א

דאנערשטאג פ' פנחס • כ"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין די יעצטיגע טעג האבן זיך פילע הונדערטער אידן אין אמעריקא געווארעמט ביי די דרשות חיזוק והתעוררות דורך דער משפיע הגה"צ רבי יודל דייטש שליט"א וועלכע איז וועלט-בארימט מיט זיין שטאַרקן כח השּפעה לעורר לבבות ישראל. אין האט דורכאויס א פילע וואך אויפגעפלאמט די הערצער, ביי זיינע באזוכן אין מערערע כוללים און ישיבות לענגאויס ניו יארק, אריינגערעכנט וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, און לעיקוואד.

שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן אויף א גהויבענעם פארנעם און די מלון רעזארט און ניו דשזערסי אין וועלכן עס האבן אנטטיל גענומען איבער 300 חסידים ותלמידים וואס זענען נתעלה געווארן ביי די די פייערדיגע שמועס'ן און שיעורים במשך דעם גאנצן שבת.

מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען א מלוה מלכה מיט די באטיילונג פון פרישע הונדערטער יונגעלייט וואס זענען געקומען צו פארן פון די ארומיגע שטעט, ווי דער משפיע האט אויפגעטראטן מיט דעם צענטראלן דרשה בחיזוק והתעוררות וואס האט גידענט אלס הכנה לקראת די ימי הקיץ הבאים עלינו לטובה.

דער משפיע האט אויך באזוכט בבתי האדמורי"ם מסאטמאר, באבוב, און זיין פעטער האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג. א עקסטערע לאנגע שמועס איז פארגעקומען בבית האדמו"ר מסאטמאר בפלפול ובהלכה און סיפורי צדיקים לבית צאנז, שפעטער האט מען ארויסגעשיקט דעם גאנצן עולם און דער רבי איז געבליבן אליין אין צימער מיטן משפיע אדורכטוהן א שאלה בהלכה העומד על הפרק.

אזוי אויך איז פארגעקומען א ספיציעלע אסיפת הרבנים פון דייני קהלות יטב לב מיטן משפיע שליט"א בראשות הגאון הגדול רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק, ווי במשך קרוב צו 4 שעות האט מען אדורכגעטוהן פארשידענע עניני הלכה העומדים על הפרק.

אין לויף פון די וואך אין די אווענט שטונדן איז געוועהן א געלעגנהייט פארן ציבור ארויפצוקומען נהנה זיין עצה ותושיע פונעם משפיע, און וויליאמסבורג בבית האכסניה ביי הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש, אין קרית יואל בבית האכסניה ביי הרה"ח ר' אברהם בנימין קרויס, אין מאנסי בבית הרה"ח ר' שמואל הורוויץ, און אין לעיקוואד בבית הרה"ח ר' נחום רוקח.

אזוי אויך האט זיך דער משפיע באטייליגט ביי עטליכע שמחות פון מקורבים, און צווישן זיי די בר מצוה פון א עלסטע אייניקל ביי הנגיד הרה"ח ר' זלמן לייב אבערלענדער און די חתונה פון בן הרה"ח ר' שמואל אריה מיללער. און די חתונה פון בן הנגיד ר' אליעזר שטערנהעלל און ניו דזשערסי. 

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ