בואו ונצא: האד' מאלכסנדר רופט חסידים ארויסצוגיין וואוינען אין שטאט "עמנואל" אין ליכט פון שווערן דירות-מאנגל

מיטוואך פ' פנחס • כ' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


אין א קריטישע שריט צו לעזן דעם שווערן דירות-מאנגל און טייערע פרייזן פאר דירות אין שטאט בני ברק, איז כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א ארויס מיט א רוף צו עדת צאן מרעיתו צו טאן דעם פאסיגן שריט און ארויסגיין וואוינען אין שטאט "עמנואל", נאכדעם וואס במשך די לעצטערע יארן איז שוין געווען א שטיקל שוואונג פון אלכסנדר יונגעלייט אהינצוגיין וואוינען, און יעצט האט דער רבי אפיציעל געגרינדעט דארט א היימישע אלכסנדר קהלה.

דער רבי האט דאס געמאלדן ביי א ספעציעלע אסיפה דחופה וואס דער רבי האט פערזענליך פאררופן פאר'ן גאנצן ציבור, נעכטן דינסטאג אווענט, אין ביהמ"ד אלכסנדר בני ברק, בנוגע די שווערע דירות קריזיס וואס הערשט ביים חרדי'שן ציבור אין בני ברק.

אין הויכפונקט פון די אסיפה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש, ארויסברענגענדיג די מעלה פון וואוינען אינאיינעם און זיך האלטן צוזאמען, פאר צענדליגער יארן צוריק האט מען מייסד געווען א קהלה אין "בראכפעלד" אין מודיעין עילית, אבער נישט לאנג האט געדויערט און אויך דארט זענען די דירות פרייזן דראסטיש ארויפגעשפרינגען, און יעצט איז נישט דא קיין אנדערע לעזונג, נאר צו גיין מייסד זיין א קהלה אין "עמנואל" אין שומרון, וואס סיי די דירות פרייזן זענען דארט שטארק מינימאל, און סיי עס געפינט זיך אין צענטער פון לאנד.

דער רבי האט גערעדט בשבח העיר עמנואל, זייענדיג די נענסטע שטאט וואו מקען קויפן ביליגע דירת, און א שיינע פאר קהילות האבן זיך שוין אריבערגעצויגן אהין, און זיי זענען שטארק צופרידן אין אלע הינזיכטן, קהלה, מוסדות, פרנסות, א.א.וו.

דער רבי האט אויפגעברענגט זכרונות פון זיינע יונגע יארן, סיי ווען ער איז געווען א בחור, און שפעטער אלס יונגערמאן, האט ער נישט געהאט יונגעלייט אין זיין יארגאנג, און ער האט זיך געדארפט דרייען נאר מיט יונגעלייט פון אנדערע קרייזן, און ב"ה דורכדעם וואס מ'האט מייסד געווען א קהלה, קענען זיך די יונגעלייט האלטן צוזאמען און כאיש אחד ובלב אחד שטייגן בעבודת ה' בדרך האבות.

נאך די דברות קודש האט מען געהערט די דרשות פון די עסקנים אין עמנואל און פארשטייער פון די ארטיגע שטאטראט, וואס האבן אויסגעשמועסט די מעלות פון די שטאט און די אלע מעגליכקייטן וואס איז דא דארט צו קענען וואוינען מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ