דינסטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
א שרעקליכע אינצידענט פון חילול הקודש האט פאסירט די פארגאנגענע נאכט אין שטאט טשערנאביל, אוקריינא, וואו נידריגע וואנדאלן האבן בייזווייליג וואנדיליזירט דעם אהל הק' וואו ס'איז מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק בעל מאור עינים זי"ע, און נכדו הרה"ק רבי אהרן טשערנאבילער זי"ע וצאצאיו הק' לגזע בית טשערנאביל וועלכע ליגן באהאלטן אין א באזונדער אהל דערנעבן.
די אויפציטערנדע געשעעניש האט פאסירט באישון לילה, ווען די וואנדאלן האבן זיך א לאז געטון אויפ'ן אהל הק' פונעם מאור עינים און אנגעמאכט א חורבן אין אהל הק', פארברענט אלע קוויטלעך, גע'גנב'עט די סידורים, אויפגעבראכן די שלעסער, און דערנאך געמאכט פליטה, אן לאזן שפורן נאך זיך.
דער אהל הק' אין טשערנאביל איז שוין מערערע יארן ליידער אין א בחינה פון 'מבלי באי מועד', נאכדעם וואס ס'איז זייער שווער אנצקומען אהין, זינט די באקאנטע נוקלעארע אויפרייס אין טשערנאביל, אבער פארט האט מען ביז היינט מצליח געווען צו האלטן אן אויפזיכט אויפ'ן אהל הק' אז ס'זאל ווערן באהיטן בכבוד הראוי, אבער זייט די מלחמה אין אוקראינע, וואס האט נאך פילפאכיג פארשווערט דאס אנקומען אהין, איז דער מקום שטארק נאכגעלאזט, געבנדיג די פירצה קוראה לגנב, צו קענען ליידער דורכפירן די יעצטיגע מעשי זדון.
ווי נאר די ידיעה איז אנגעקומען פון ווייטן אוקראינע, האבן זיך ענערגישע עסקנים פון ארץ ישראל וואס זענען נאנט פארבינדן מיט די אינסטאנצן אין אוקראינע זיך אריינגעלייגט ראשם ורובם מיט א נאנטע צוזאמענארבעט מיט די פאליציי צו קומען אויף די שפורן פון די פאברעכער, און צו דער זעלבער צייט קענען צוריקשטעלן דעם אהל הק' מיט'ן ריכטיגן כבוד לקדושים אשר בארץ המה.