שיינעם הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן אין ביהמ"ד צאנז קלויזנבורג אין מאנסי

דינסטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה איז פארגעקומען בחוצות מאנסי המעטירה אויף די ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן להיכל ביהמ"ד צאנז קלויזענבורג נדבת הגה"צ רבי פנחס ווידער אב"ד לינז וויליאמסבורג לכבודו פון בנו די דיין הקהילה הגה"צ רבי ישכר דוב ווידער שליט"א דומ"ץ צאנז קלויזענבורג מאנסי, דער מעמד איז געווען באשיינט מיט די השתתפות פונעם גרויסן שוואגער און מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א.

אין די שפעטע נאכמיטאג שעהן איז די רבי ערשינען אין שטוב פון זיין פלומעניק דער דיין הקהילה וואס געפינט זיך הארט נעבן ביהמ"ד מלובש בבגדי שבת, און אריינגעשריבן די לעצטע אותיות פון די ספר תורה, דער רבי שליט"א האט דאן אפגעראכטן א שולחן לחיים און אנגעוונטשן דעם שוואגער די ליזנער רב שליט"א נדבן הספר תורה, און זיין זוהן די חשובער דיין מיט כל הברכות האמורות בתורה, דערביי האט די רבי שליט"א אנגעהויבן שרייבן א נייע ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורכ'ן פלאמעניק הרבני הנגיד רבי אלתר ברוך ווידער הי"ו א זון פון הגה"צ אב"ד לינז שליט"א. די לינזער רב איז געגאנגען הגבהה, און די דיין האט געמאכט גלילה, מען האט געזונגען ניגוני שמחה און די רבי שליט"א האט ארויסגעפירט דעם ספר תורה לרחובה של עיר.

דער רבי שליט"א האט באגלייט דעם תהלוכה בשירה וזמרה, ווען די קינדער תשב"ר האבן געהאלטן פאקלן, אבוקות של אש לכבוד די שמחת התורה.

ווי נאר די נייע ספר תורה האט זיך באוויזן אינעם היכל הביהמ"ד האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין של שמחה. ווען דער רבי שליט"א טאנצט ארום דאס ביהמ"ד און איז מפזז ומכרכר בשמחת התורה, לקול צהלתם פון כל קהלא קדישא, ווען אלע פארענטשטעס זענען איבערגעפילט מיט די מתפללי ביהמ"ד, בני משפחה, ידידים וחסידים, וועלכע טאנצן בהתלהבות בקול רנה ותודה המון חוגג.

דערנאך האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן די ספר תורה פאר גיסו הגה"צ אב"ד לינז שליט"א, און דערנאך מכבד געוועהן די רבני הקהילה ופני העדה, די בני משפחה פונעם נדבן און נאך, באזונדער האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיטן שוואגער די לינזער רב און בנו דער דיין הקהילה.

נאך א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א אריינגעלייגט די ספר תורה להיכל השם און פארגעזאגט דעם קאפיטל 'לדוד מזמור' מיט גרויס התעוררות, דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי אין ביהמ"ד און דארט געדאוונט מנחה נאנט צום זמן רבינו תם, דערנאך איז די רבי אריבער צום אכסניא אין שטוב פונעם דיין וואו די רבי האט זיך אויפגעהאלטן פאר עטליכע שעה.

שפעטער באנאכט איז די רבי ערשינען צום סעודת מצווה לגומרה של תורה, דער רבי שליט"א האט געטרינקן לחיים, אנגעוונטשן פאר די בני המשפחה, און אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר איבער א שעה צייט בענין כתיבת ספר תורה, צום שלוס האט דער רבי שליט"א גערעדט בשבחו פונעם חשובן שוואגער די לינזער רב, און פונעם פלאמעניק דער חשובער דיין, און דערביי מעלה געוועהן זכרונו פונעם גרויסן שווער הגה"צ גאב"ד לינז זצ"ל וואס די ספר תורה איז געשריבן געווארן לזכר נשמתו הטהורה, דערנאך האט די רבי מכבד געווען מיטן בענטשן א זון פונעם נדבן הרב ר' משה ווידער גבאי ביהמ"ד צאנז קלויזענבורג אין מאנסי, און ארום צוויי אזייגער פארטאגס האט זיך די רבי צוריקגעקערט לביתו נאווה קודש אין בארא פארק.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ