לא רעב ללחם: הונדערטער בחורים הארעווען שעות רצופות י"ז בתמוז ביי סדר לימוד רבתי בראשות האד' מסקולען לעיקוואד

דינסטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט דעם פארלאפענעם צום שבעה עשר בתמוז אינעם עיר התורה וחסידות לעיקוואוד, וואו הונדערטער חסיד'ישע בחורים האבן אויסגענוצט דעם טאג מיט לימוד שעות רצופות, מיטהאלטנדיג דעם סדר לימוד רבתי "אגרא דתעניתא" בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א.

דער סדר הלימוד איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד "קהל אברכים" אין שטאט, אין די נאכמיטאג שעה'ן, ווען עס האט זיך פארמירט א מאסנווייזע שטראם פון שווערע הונדערטער בחורי חמד וועלכע האבן טראץ דעם לאנגען תענית זיך אריינגעווארפן בהווית אביי ורבא, ווי כאילו מ'האט נארוואס געגעסן א זאטן פת שחרית. דער הילכיגער קול תורה האט אפגעדונערט אין ביהמ"ד און האט זיך געהערט ביז ווייט אוועק, ווען עס שרייט ארויס דער "לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'"!

אין לויף פונעם סדר הלימוד האט מען זוכה געווען לקבל את פני הקודש פונעם מייסד ועומד בראש פונעם מסגרת, כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, וועלכער האט זיך זעלבסט געזעצט לערנען און געבליבן דארט צווישן די לומדים שקוע בלימודו א לענגערע צייט און זיך משתעשע געווען מיט די בחורים בחדוותא דאורייתא.

דער סדר הלימוד האט אנגעהאלטן ביז'ן זמן מנחה מעריב, ביים זמן רבינו תם, ווען דאן זענען אלע בחורים אריבער צום אולם המפואר נעבן סקולענער ביהמ"ד אין שטאט, דורך א פלאטע פון באסעס וואס האט אריבערגעטראגן אלע בחורים, אנקומענדיג האט מען מקבל פנים געווען דעם רבי'ן, וועלכער האט געצינדן ליכט און זיך געשטעלט דאווענען מעריב ברוב עם הדרת מלך.

נאך מעריב איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע אויספאסטן, און דער רבי שליט"א האט מעריך געווען א שלחן לחיים זייענדיג דערביי משמיע פלאם פייערדיגע דברות קודש ארויסהייבנדיג בשבח פון די הונדערטער לומדי תורה וואס האבן אויסגענוצט די פרייע צייט פאר עסק התורה. דערנאך האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה, ספעציעל די ספעציעלע ניגונים לולא תורתך, יודע בגוים, ועינינו תראינה, און נאך.

צום שלוס האט דער רבי שליט"א פארטיילט ספרי קודש אלס פרס פאר די לומדים, וואו ער האט פאר יעדן אריינגעשריבן בחתי"ק, אלע בחורים זענען אריבער כבני מרון און ערהאלטן פון רבי'נס האנט די ספרים, באגלייט מיט די ווארעמע ברכת הקודש.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ