המון חוגג: גיגאנטישער "מחנה בני יחזקאל" דחסידי בעלזא פייערליך באנייט קאמבינירט מיט הכנסת ס"ת

מאנטאג פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט רגשי גילה איז געפייערט געווארן די גראנדיעזע חגיגה חנוכת הבית פון די נייע גיגאנטישע "קרית הישיבות" אין "מחנה בני יחזקאל דחסידי בעלזא" אין וואדרידזש, וואו עס איז אויפגעבויט געווארן מיט פראכט א פולקאמע קאמפלעקס פאר די זומער אכסניא פון די דריי בעלזע ישיבות קטנות אין בארא פארק.

די קייט פון די חגיגות האט זיך אנגעהויבן ערב שבת קודש ביים מעמד הכנסת ספר תורה בחוצות המחנה, וואו די ילדי החמד און בחורי הישיבות הקדושות זענען מיט פאקלען קעגן געגאנגען די ספר תורה און באגלייט די תהלוכה ברחובות קריה צום נייעם ביהמ"ד אינעם קעמפ, די הכנסת ספר תורה איז אפגעראכטן געווארן אין טאג פון ו' חקת כאטש וואס דעם טאג איז באשטימט אלס א יום תענית, איז געוועהן א הוראת שעה פונעם בעלזא רב שליט"א צו פראווען דעם הכנסת ספר תורה נאנט צום זמן כניסת השבת.

מוצאי שבת קודש איז געפראוועט געווארן די סעודה של מצווה לרגל פתיחת המחנה ולגומרה של תורה אינעם ביהמ"ד פונעם קעמפ, ווי די תושבי המחנה און פון די ארומיגע קאנטרי'ס האבן זיך פארזאמלט לכבודה של תורה, און א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן לכל הקהל הקודש.

ביים מעמד האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יחזקאל יהודה שאמועל פון מאנסי לאנגיאריגע ראש המדריכים אינעם קעמפ, און זיין זון הנגיד החסיד ר' אברהם חיים שאמועל וואס האט האט אפגעקויפט די זכות שם המחנה לכבודו פון זיין פאטער ועל שמו יקרא, "מחנה בני יחזקאל", אזוי אויך האט מען געהערט א דרשה פון די מנהל המוסדות הרה"ח ר' מאיר קופרשטיין הי"ו.

ביותרת הכבוד האט מען אויפגענימען כ"ק האדמורי"ם מראחמיסטריווקא און וויזניץ בארא פארק שליט"א וואס האבן באשיינט די מעמד און משמיע געווען דברי ברכה לכבוד המאורע. אויך איז פארגעליינט געווארן ביים מעמד א ספעציעלע מכתב קודש פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס האט ספעציעל אפגעשריבן א לענגערע ברכת הקודש פאר חסידי בעלזא און א ברכה מיוחדת פאר די תלמידי הישיבות לצעירים לרגל דעם פריידיגן מאמענט. באזונדער ברענגט דער רב שליט"א ארויס רגשי תודה והערכה פאר אלע נדיבי לב וואס האבן גענומען א חלק אויפצובויען די קרית הישיבה, און א פרעזענליכע בקשה פאר אלע נדיבים בעם צו שטיין צו די רעכטע האנט פון די עסקנים מיט סכומים הגונים כדי צו קענען גומר זיין דעם פראיעקט, ווי די רב שליט"א איז מסיים: ואכיר לכם טובה ותודה בזה ובבא'.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ