גייסטרייגע ועידת הנאמנים לאות הוקרה פאר נדיבי לב תומכי "קרן הצלת עולם התורה" דחסידי צאנז

מאנטאג פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


אן עלעגאנטע מסיבה 'ועידת הנאמנים' איז אפגעראכטן געווארן אין קרית צאנז נתניה לטובת דעם וויכטיגן קאסע "קרן הצלה" וואס איז נתייסד געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א מחזק צו זיין די מוסדות התורה והכוללים דחסידי צאנז בארץ הקודש.

מיט גענוי א יאהר צוריק ביים שולחן הטהור ט' תמוז ביומא דהילולא קדישא פון אביו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע האט דער רבי שליט"א בפני קהל ועדה מייסד געווען דעם קרן הצלה וואו די רבי האט דערביי מחייב געווען יעדע חסיד צו ביישטייערן לכה"פ 1200 שקל צו קענען פיאנצירן די מוסדות הקדושים וואס שטייען ביים שוועל פון צוזאמבראך, אין ליכט פון די שווערע גזירת הגיוס.

אצינד ווען עס איז דורכגעלאפן א גאנצע יאהר זינט דעם התייסדות הקרן, איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבת הוקרה פאר אלע חשובע נדיבי לב, וואס האט אין די זעלבע צייט געדינט אלס א כינוס חיזוק צו ווייטער ממשיך זיין די ברייטהארציגע נדבות לטובת די קרן, די מעמד איז פארגעקומען אין די גרויסע היכל ראזנבערג זאל אין קרית צאנז נתני' ממחרת יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע.

די נדיבי לב זענען אויפגענימען געווארן בכבוד הראוי דורך די שליחי הקודש די משמש בקודש הרב אברהם דוד שעכטער און דער דיין הרה"ג ר' שמואל יעגער שליט"א וועם דער רבי האט ממנה געווען צו שטיין אין שפיץ פונעם קאסע, עס איז סערווירט געווארן א רייכע סעודה, און בארימטע בעלי מנגנים בחצר הקודש פון די 'אזמרה' קאפעליע, אינאיינעם מיטן בעל מנגן ר' עוזיאל דייטש האבן מהנה געווען בשירה וזמרה.

געעפענט די מעמד האט דער יושב ראש הרב בערל שטעמער הי"ו וואס האט מיט זיין לשון לימודים איינגעלייטערט די מסיבה, דאן איז אויפגעשפילט געווארן גאר א רייכע פרעזענטאציע דורך די בארימטע היסטאריקער הרב ישראל גאלדוואסער וועלכע האט הערליך אראפגעשילדערט די קורות דברי הימים פון די שטעט אין די אלטע היים וואו די רבי  די שפע חיים זי"ע האט זיך געפונען פון די יאהרן איידער די אויסברוך פון די צווייטע וועלט מלחמה, ביז נאכן קריג, באגלייט מיט בילדער, דאקומענטן, און רעקארדירונגען מקולו בקודש ווי דער רבי שילדערט די געוואלדיגע ניסים וואס ער האט מיטגעמאכט בימי זעם.

מיט א חרדת קודש האט מען דאן מקבל געווען פני כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און בנוכחותו פונעם רבי'ן האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה דער מלהיב לבבות ישראל המשפיע הרה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א אב"ד לעלוב וועלכע האט ארומגערעדט בנחיצות הענין צו שטיצן דעם קרן, און אנגעווארעמט דעם ציבור צו אויסלדייגן די קעשענעס לטובת דעם חשובן צוועק.

צום שלוס זענען אלע משתתפים דורך אל מול פני הקודש מיט די שטרי התחייבות, וואו דער רבי האט אנגעוואונטשן יעדן בפרטות מיט א מאור פנים בברכת הטוב.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ