טויזנטער ביי עצרת זעקה ומחאה אדירה אין עיר התורה בני ברק בראשות גדולי הדור קעגן די חילולי הקברים אין שטאט יאהוד

מאנטאג פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהודה רקוביץ


טויזנטער בני תורה האבן זיך דעם מוצאי שבת ליל צום שבעה עשר בתמוז פארזאמלט אין די בארימטער "כולל חזון איש" אין בני ברק און די גאסן ארום, אויף אן עצרת זעקה ומחאה אדירה, קעגן די שוידערליכע חילולי הקברים אין שטאט יאהוד, נתנו נבלת עבדיך מאכל לעוף השמים רחמנא לצלן.

שוין בעפאר די באשטימטע צייט זענען די גאסן ארום די נאסטאלגישע בנין פון כולל חזון איש געוועהן שווארץ מיט מאסן אידן בני תורה תושבי עיר התורה והחסידות בני ברק וואס זענען געקומען אנטייל נעמען אינעם עצרת אין שפיץ פון די גדולי ומאורי הדור וואס האבן זיך מטריח געווען אויסצושרייען דעם קול מחאה ולעצור בעד המשחית.

בראש העצרת האבן זיך אנגעזעהן ראשי ישיבת סלאבאדקע הגאון הגדול רבי דוב לאנדא און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש צו דער זייט פון פילע ראשי ישיבות רבנים ומרביצי תורה, ובראשם כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן גאב"ד מערב בני ברק, הגאון רבי מסעוד בן שמעון די ספרדישע רב פון בני ברק, הגאון חכם ניסים בן שמעון און נאך פיל.

אנהייב עצרת האט הגאון רבי משה בויאר שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו אמירת תהילים לקרוע שערי שמים און מעתיר זיין פאר'ן בוכ"ע לביטול רוע הגזירה, דערנאך האט מען געהערט דרשות פון הגאון רבי שריאל ראזנבערג שליט"א חבר בד"ץ בני ברק, הגאון רבי חיים פיינשטיין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה, און הגאון רבי מאיר קסלר גאב"ד מודיעין עילית.

די רבנים האבן פה אחד ארויסגעהויבן א שארפן קול מחאה קעגן די רשעים וואס ווילן פארשוועכן כבוד המתים אויף א שרעקליכן פארנעם, און ארויסגעברענגט די חוב קדוש וואס ליגט אויפן יהדות החרדית צו שטיין פעלזן פעסט כחומה בצורה קעגן די ביטערע גזירה פון חיטוטי שכבי.

צום שלוס האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברים חוצבים פונעם ראש ישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט דער חומר הענין און דער קטרוג נורא וואס קען חלילה נגרם ווערן דורך חיטוטי שכבי רחמנא לצלן, די ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע עסקנים וואס טון כל טצדקי אפצושטעלן די שוד המתים, און אנגעוואונטשן סייעתא דשמיא מ'זאל מצליח זיין אין אלע פעולות מונע צו זיין די שרעקליכע גזירה.

דערביי האט די ראש ישיבה ארויסגעברענגט די חוב וואס ליגט אויף די יושבי אוהל די תלמידי חכמים ובני הישיבות מרבה צו זיין בתפילה און אויסשרייען א קול זעקה ותחנונים אויף די געוואלדיגע חילול כבודם פון די ישני עפר, און אויסגעפירט אז דער קול תפילה וועט זיכער מבטל זיין די ביטערע גזירה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ