זונטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן אין קרית וויזניץ, פארן ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק, לע"נ האברך החשוב ר' ישראל נח וויזל ע"ה.
ר' ישראל נח איז געווען אן ענערגישער עסקן נמרץ, מסור בלב ונפש און רוח החיים פון עסקנות פאר אלע מאורעות בממלכת וויזניץ, און ווי א געטרייער זעלנער געשטאנען אלעמאל גרייט מיט א מסירת נפש לעשות רצון קדשו פון מורו ורבו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביז צו זיין פריצייטיגע פטירה אינעם יונגן עלטער פון 31 יאר.
אצינד צום ערשטן יארצייט האבן זיינע קרובים און גוטע פריינד געלאזט שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמתו, די מעמד הכנסת ספר תורה איז פארגעקומען דינסטאג בלק נאכמיטאג במעמד קהל רב אין שפיץ פון הרבנים הגאונים, ראש ישיבת וויזניץ און הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד.