יערליכע באזוך פון האד' מסקווירא מב"פ אין "מחנה סקווירא" אין וואודריזש

פרייטאג פ' בלק • ט"ו תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


פארלאפענעם שב"ק פ' חוקת האט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פון בארא פארק אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין די יונגל קעמפ 'מחנה סקווירא' אין וואודרידזש און דארט געפראוועט א דערהויבענע שבת צווישן די תושבי המחנה.

פרייטאג ביים אנקומען אין קעמפ האבן אפגעווארט די ילדי תשב"ר און בחורי חמד מיט פענער אין די הענט און מ'האט געזינגען ניגוני שמחה. דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין די אודיטוריום ווי עס איז פארגעקומען די 'מעמד קבלת פנים'. מ'האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט אויפגעטראטן מדברות קדשו און איבערגעגעבן דברי הדרכה פאר די קינדער לימי הקיץ. דאן זענען די קינדער אריבער מקבל זיין לקח ביים רבי'ן.

די שבת איז אריבער מיט גרויס דערהויבענקייט. צו קבלת שבת האט דער רבי צוגעשיקט אחיו הרה"צ ר' פינחס טווערסקי שליט"א, און דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו מוסף.

מוצאי שבת נאך הבדלה איז פארגעקומען די 'מעמד הבאגלייטן' בתופים ובמחולות, ווי די ילדי תשב"ר ותושבי המחנה האבן אהיימבאגלייט דעם רבי'ן לביתו נאוה קודש בשירה ובזמרה. אנקומענדיג צום טעראסע פארנט פון מעון הקודש, האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו לכל הקהל הקודש און דער ציבור איז ווייטער געבליבן טאנצן א שטיק צייט.

צומארגנס זונטאג איז דער רבי אנגעקומען אויף א מעמד 'קביעת מזוזה וחנוכת הבית' ביי די נייע צוגעבויעטער פליגל פון די נייע חדר האוכל אין קעמפ, וועלכע איז געבויעט געווארן מיט א בליץ שנעלקייט אין בלויז צוויי חדשים. דער רבי האט קובע מזוזות געווען ביים הויפט-אריינגאנג און אפגעראכטן א מסיבת לחיים ווי מ'האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט פארטיילט לקח פאר די הנהלת המחנה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ