אסיפות חירום אין מושב אורה: האד' מוויזניץ גרינדעט קרן הצלת עולם התורה ד'וויזניץ

דאנערשטאג פ' בלק • י"ד תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין שאטן פונעם שווערן מצב וואס גייט אריבער אויפ'ן עולם התורה והישיבות בארצנו הקדושה אין אנבליק פונעם ביטערן גזירת הגיוס וואס די ממשלת הרשעה דראעט אפצושטעלן די שטיצע פאר די חרדי'שע מוסדות, איז נעכטן אריינגעקומען די דראמאטישע נייעס אז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט פראקלאמירט דאס התייסדות פון א 'קרן הצלת עולם תורה דוויזניץ' וואס וועט דינען אלס א פינאנציעלער בסיס פאר די ברייט פארצווייגטע ישיבות און כוללים דחסידי וויזניץ איבער גאנץ ארץ ישראל, אזוי ווי א צאל מגדולי האדמור"ים מנהיגי היהדות החרדית סיי פון די חסיד'ישע וועלט און סיי פון די ליטווישע וועלט האבן איינגעפירט אין זייערע קהילות, און אוועקגעשטעלט קרנות הצלה אונטערצוהאלטן זייערע פארצווייגטע מוסדות התורה והחינוך עס זאל ח"ו נישט אונטערברעכן.

נעכטן מיטוואך האט דער רבי שליט"א פאררופן א שטורמישע אסיפה במעון קדשו אין מושב 'אורה' וואו דער רבי האלט זיך אויף לבריאת גופו הטהור, מיט אלע ראשי הישיבות וראשי הכוללים פון וויזניץ וועלכע זענען גערופן געווארן דורכ'ן רבי'ן אינאיינעם מטכס עצה צו זיין וויאזוי צו באהאנדעלן דעם יעצטיגן ברענענדיגן מצב ווען די ישיבות און כוללים ראנגלען זיך פאר זייער עקזיסטענץ, בשעת די ממשלה האט דראסטיש געשניטן די געלטער אין ליכט פון די גזירת הגיוס.

עס האבן אויפגעטרעטן די רבני הקהילה הרה"ג ר' יעקב דוד שרייבער שליט"א און הרה"ג ר' ישראל חיים האלפערט שליט"א וועלכע האבן מיט הארציגע ווערטער געשילדערט דעם שווערן מצב וואס עס גייט אריבער אויף אלע לומדי התורה בארצנו הקדושה, און אלעס ווייל זיי ווילן זיך האלטן געטריי אויפ'ן וועג פון די תורה און ווילן בשום אופן נישט דינען אינעם מיליטער, וואס צוליב דעם האט די רעגירונג ארויפגעלייגט שווערע סאנקציעס אויף די ישיבות און כוללים וועלכע מוטשען זיך אנצוגיין טאג טעגליך, און דעריבער איז נישטא קיין ברירה נאר צו גרינדען דעם קרן להצלת עולם התורה דוויזניץ וואו מען וועט בסייעתא דשמיא באווייזן צו שאפן ביי אחינו בני ישראל די שווערע געלטער להחזקת התורה והחסידות און נישט דארפן צוקומען צו די טובות פון די עוקרי התורה.

במשך די גאנצע אסיפה איז געווען מערקבאר ווי דער ענין איז אזוי נוגע ללבו הטהור פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, דער רבי שליט"א האט משמיע געוועהן דברות קודש און האט בתוך דבריו נאכגעזאגט א ווארט פון זיידן דער אמרי חיים מוויזניץ זי"ע אז דאס ווארט כוללים באטרעפט 'קל"ו' וואס איז ר"ת פון ו'ירם ק'רן ל'עמו און אויך ו'הייתם ק'דושים ל'אלקיכם, זאגנדיג אז מען וויל דא אויפשטעלן א קרן פאר אונזער ציבור און אזוי וועט מען קענען ווייטער מחנך זיין דעם קומענדיגן דור פון בחורים און אינגעלייט צו זיין 'קדושים לאלקיכם', דער רבי האט אויסגעפירט אז ווען ער וואלט געווען בכח וואלט ער זיך מטריח געווען און אליינס ארומגעפארן איבער די וועלט צו שאפן נדבות פאר דעם קרן, נאר אזוי ווי ער איז ליידער נישט בכח מאכט ער זיי פאר זיינע שליחים, און האט דערביי אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע תומכים און עסקני הקרן.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ