וְתִפְאֶרֶת בָּנִים אֲבוֹתָם: האד' מצאנז ביי סיום סדר נשים דורך נכדו הבחור המופלג שמואל אלכסנדר הלברשטאם ני"ו

דאנערשטאג פ' בלק • י"ד תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין א געהויבענעם אטמאספערע פון 'שמחת התורה' האבן די בחורי חמד תלמדי שיעור א' אין די ישיבה גדולה אין קרית צאנז נתניה, מיטגעהאלטן דער מעמד סיום סדר נשים וואס איז געלערנט געווארן דורך אחד מבני החבורה הבחור המופלג בנן של קדושים שמואל אלכסנדר הלברשטאם נכד כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, א זון פון בנו הגדול הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אב"ד קרית צאנז נתני', ממצויני תלמידי הישיבה וועלכער האט מסיים געווען גאנץ סדר נשים אין ראם פון קרן ידיעת התורה – א ספעציעלן מסגרת וואס דער צאנזער רבי שליט"א האט אוועקגעשטעלט צו מעודד זיין די בחורים און יונגעלייט מסיים זיין און זיך פארהערן גאנצע סדרים אין ש"ס בידיעה עצומה.

די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון מרכז החסד אין קרית צאנז מיט די השתתפות פון די חברים תלמידי שיעור א', די רמ"י וצוות הישיבה, די בני משפחת המלוכה, ועל צבאם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א נשיא הישיבה, וועלכער איז געקומען מיטהאלטן דעם מעמד, לשמוח בשמחת התורה און זיך מיטפרייען מיט די שמחה פון זיין חשובן אייניקל וואס האט מסיים געווען א גאנצע סדר אין תלמוד בבלי.

מען האט מקבל געווען פני הקודש בשירה וזמרה, דער רבי שליט"א האט אויסגעהערט דעם סיום און די הדרן, און דער מגיד שיעור הרה"ג ר' שלמה זלמן לעמבערגער שליט"א אב"ד מאקאווא נתני' האט געזאגט דעם קדיש, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א פייערדיגע ריקוד של שמחה א לענגערע וויילע, און דאן האט דער בעל שמחה הב' שמואל אלכסנדר ני"ו געזאגט א פשעטיל בפלפולי דאורייתא. די רבי האט געטרינקען לחיים און געוואונטשן דעם אייניקל און זיין פאטער אב"ד קרית צאנז שליט"א.

נאכדעם וואס דער רבי האט פארלאזט דעם זאל האט פארגעזעצט די מעמד מיט א דרשה פון הגה"צ אב"ד קרית צאנז נתני' און פון נאך מגידי שיעורים ותלמידי הישיבה, און דערנאך לענגערע ריקודין של שמחה דורך די חברים תלמידי הישיבה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ