האד' מפינסק קארלין באזוכט במעון תורתו פון הגאון האדיר רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע

דאנערשטאג פ' בלק • י"ד תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט נכעטן אפגעשטאט א שיינע באזוך במעונו פון מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בדברי תורה ופילפול.

דער רבי איז געווען צוגאסט אין בני ברק לרגל א משפחה שמחה, און האט אויסגענוצט די געלעגנהייט ארויפצוקומען אויף א באזוך ביים סלאבודקא ראש ישיבה, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס דער רבי טרעפט זיך מיטן ראש ישיבה וואס איז היינט מקרבנטי היהדות הנאמנה, און דער רבי האט שוין א לענגערע צייט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו גיין באזוכן דעם גאון.

דער רבי איז אנגעקומען קיין בני ברק אין די נאכמיטאג שעות און האט באשיינט די מעמד קבלת פנים און חופה פון אן אייניקל פונעם שוואגער הרה"ח ר' יוסף הירשמאן שליט"א חתנא דבי נשואה ביי כ"ק אדמו"ר בעל אורחות אהרן מפינסק קארלין זצ"ל, ווי דער רבי האט זיך אויך באגעגענט מיט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, א פעטער מצד הכלה.

דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין היכל ישיבה גדולה פינסק קארלין אין בני ברק און זיך אומגעקוקט ווי די בחורים זעצן און לערנען מיט גרויס התמדה, און נאך א קורצע וויילע האט זיך דער רבי אויך אוועקגעזצט אין ביהמ"ד און מיטגעלערנט מיט די בחורי הישיבה. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ישיבה און פון דארט אריבער אויפן באזוך מיטן סלאבודקער ראש ישיבה.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ