מיטוואך פ' בלק • י"ג תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
היינט אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א ארויף אויף א באזוך אין שטוב פון מחותנו המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב במעונו אויף די הושע גאס אין בני ברק, לרגל די שמחת הוואך נאכט פון אן אייניקל פונעם משפיע און אן אייניקל ביים רבינס שוואגער הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען שליט"א גאב"ד קרית הבעל שם טוב פתח תקוה, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע. ביים באזוך איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים ארום שמחת וואך נאכט און ברית מילה און דער משפיע האט מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים.
דערנאך האט דער רבי שליט"א מיטן ציבור געליינט קריאת שמע און געזאגט די פסוקים און פיוטים כנהוג ביי קריאת שמע ליינען, ביים ענדיגן האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן דער אבי הבן און די יולדת און א ברכה מיוחדת פארן זיידן דער משפיע הרה"צ רבי אלימלך שליט"א. פון דארט איז די רבי צוגעפארן צו די זאלן פון ארמונות פרידמאן אין בני ברק וואו דער רבי האט באשיינט בראש השמחה ביי די חתונה פון אן אייניקל פונעם שוואגער הגה"צ גאב"ד קרית הבעל שם טוב שליט"א.