מיטוואך פ' בלק • י"ג תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
ביים שבע ברכות די וואך מאנטאג בשמחת בית טשארנאביל -קאסאן הילקערסט -מאקאווא בני ברק וואס איז פארגעקומען אין אשדוד, וואו עס האט זיך משתתף געוועהן אלס פנים חדשות דער גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ארצינו הקדושה און איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין אשדוד צו באשיינען די שמחה בבית גיסו האדמו"ר מטשארנאביל. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און ארומגעשמועסט בנועם שיח מיט די אנוועזנדע. די רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חתן און מחותנים, און א באזונדערע ריקוד מיטן שוואגער האדמו"ר מטשארנאביל.