דינסטאג פ' בלק • י"ב תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: דוד ארזני
די מערכה כבידה להצלת קברי ישראל אין שטאט יאהוד איז היינט ארויף א שטאפל ווען די גדולי האדמורי"ם שליט"א מנהיגי ישראל זענען ארויסגעקומען צום מקום החילול בראש המחנה און מוחה געוועהן כדת של תורה למען כבוד ישני עפר.
ווי ברייט באקאנט גייט אן די לעצטע תקופה די העפטיגע מערכה קעגן די שוידערליכע מעשה נבלה וואס שפילט זיך אפ אין שטאט יאהוד, ווען א אינוועסמענט קאמפאני אינאיינעם מיט די ארטיגע באאמטע פירן דורך שענדליכע חפירות, און עצמות קדושות פון הונדערטער קדמונים שרפי מעלה רואי פני הבית ווערן נתחלל מיט א שרקעליכן בזיון. אין די זעלבע צייט טוען די ציוניסטישע פאליציי זיך ארויפווארפן מיט א געוואלדיגע אכזריות אויף די פילע מוחים וואס זענען געקומען אויפן ארט אפהאלטנדיג בגופם די חילול המתים.
נאך א רונדע מחאות דורך די גדולי וזקני רבני יישוב הישן וחברי בד"ץ העדה החרדית, זענען היינט אנגעקומען צום מקום החילול א רייע אדמורי"ם וגדולי ישראל מנהיגי קהילות הקדושות אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים אויסצושרייען דעם קול זעקה און אפהאלטן דעם שוד המתים.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א ארויסגעפארן קיין יאהוד אינאיינעם מיט צענדליגער חסידים, אנקומענדיג אויפן ארט האט די רבי שליט"א געזאגט עטליכע מזמורי תהילים מיט גרויס התעוררות, און דערנאך האט בנוכחותו פונעם רבי'ן אויפגעטרעטן הגה"צ רבי חיים אהרן מאנדערער רב שכונת יפה נוף אין בית שמש און מו"ץ העדה החרדית וועלכע האט ארויסגעברענגט די חומר הענין פון די חילול מתים און מעורר געווען לתשובה ותיקון המעשים. נאכן דרשה האט די רבי געזאגט די הייליגע תפילה פון הגה"ק רבי חיים פאלג'י זי"ע וואס ער האט מחבר געוועהן צו מתפלל זיין בעת גזירת חיטוטי שכבי, אין די זעלבע צייט האט זיך געפונען אויפן ארט כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א אינאיינעם מיט א גרופע חסידים.
פריער אין טאג זענען אריבערגעקומען צום מקום החילול כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א מיט א גרויסע עדה חסידים און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א בראש קהל חסידיו ווי די אדמורי"ם שליט"א האבן זיך אומגעקוקט אויף די שוידערליכע בילד, זעענדיג ווי צענדליגער עצמות וואלגערן זיך ליידער מיט א שרעקליכע בזיון, און האבן געזאגט מזמורי תהילים.
לענגערע שעה'ן האט אנגעהאלטן דער קול מחאה וועלכע האט אויפגערודערט דעם גאנצן ארום, און געלאזט צו הערן אז ערליכע אידן וועלן נישט שווייגן קעגן די שרעקליכע חילול הקברים.