התרגשותדיגער מעמד "יציקת הבורות" ביים ערשטן "מקוה טהרה ד'סאטמאר" אין לינדען

דינסטאג פ' בלק • י"ב תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין


מיטג גרויס כבוד האבן סאטמארער חסידים אינעם בליענדן יישוב אין לינדען מקבל פנים געוועהן דעם רועה נאמן כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע איז ערשינען בשערי העיר לכבוד די מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה אין די נייע סאטמארער ביהמ"ד אין שטאט.

ביים אנקומען צום ביהמ"ד האט דער רבי באגריסט דער רב הקהילה הגה"צ רבי אלעזר מרדכי סופר אבד"ק סאטמאר לינדען און מיט זיין שווער הגה"צ רבי אנטשיל שעהר שליט"א אבד"ק קלעסאן, דער רבי איז צום ערשט אריין אינעם היכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פון די גבאי הביהמ"ד, איבער די פלענער צו פארענדיגן דעם ביהמ"ד אויף קומענדיגע ווינטער הבעל"ט.

דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן אונטערשטן שטאק און זיך אומגעקוקט אויף די היכל התורה וואס ווערט געבויעט, און דאן איז פארגעקומען די מעמד יציקת הבורות וואו דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים ובראשם דער מייסד העיר כ"ק האדמו"ר מקאסאן שליט"א און כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א און באזונדער די ראשי והנהחלת הקהילה.

נאכן גיסן די בורות איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הגה"צ אב"ד סאטמאר לינדען שליט"א. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען איז געקומען היינט גיסן א מקוה אין א ביהמ"ד ווי מען גייט דאווענען און לערנען תורה בטהרה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און אנגעוואונטשן מען זאל קענען באנייען די ביהמ"ד און די מקוה בקרוב ובניקל.

נאכן מעמד איז דער רבי אריבער צום נייעם ריזן בנין וואס איז אפגעקויפט געווארן פארן געברויך פון די ארטיגע מוסדות אין לינדען, דער רבי איז ארום אינעם בנין און זיך אומגעקוקט און געהערט א באריכט איבער די פלענער פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מגדולי הנדיבים פון די מוסדות אין לינדען, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן אפיס בנין אונטערן אייגנטומערשאפט פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל די קאנטראקט שליסן פונעם בנין המוסדות, עס איז פארמירט געווארן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין לינדען, און דער רבי האט איבערגעלאזט ברכת קדשו לרוב פאר ר' אברהם הי"ו און די הנהלת המוסדות.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום יציקת הבורות אין די צווייטער מקוה טהרה דקהל יטב לב אין לינדען, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען הרבנים הגאונים שליט"א און די נדבני המקוה צו גיסן די בורות, כמעשהו בראשונה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און אלע נדבני המקוה זענען אריבער אפנעמען ברכת הקודש, באזונדער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הר"ר יעקב מנחם שטייף שליט"א יו"ר פון די שטאטישע מקוה טהרה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ