יערליכע באזוך פון האד' מתולדות יהודה אנגעקומען אין ארה"ק; ערשטן שבת אין ירושלים פאראיבער מיט גרויס דערהויבנקייט

מאנטאג פ' בלק • י"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN


מיט כבוד והערצה האבן הונדערטער תלמידים וחסידים בארץ הקודש היינט מקבל פנים געווען כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א ביקור קודש קיין ארץ ישראל מחזק צו זיין קהל חסידיו ועדת צאן מרעיתו, און אריינבלאזן הויפענעס חיזוק און תורה וחסידות פאר די בני ארץ ישראל.

ווי באקאנט קומט דער רבי צופארן יעדעס יאר אין די זוממער וואכן אויף א לענגערע באזוך קיין ארץ ישראל, וואו דער רבי טוט פראווענען געהויבענע שבתים און פארלערנען שיעורים און שמועסן מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים.

דעם מיטוואך איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בשערי ארץ הקודש אין באגלייטונג פון די תלמידי ישיבה גבוהה תולדות יהודה בנשיאותו פונעם רבי'ן וועלכער וועלן מיטהאלטן די נסיעה רוממה כשהמלך בשדה.

די געהויבענע שבתים ווערן געפראוועט אויף א גרויסע פארנעם אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם חצר פון סעמינאר בית יעקב אויף רחוב מנחת יצחק ביים ווינקל פון רחוב ירמיהו, צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס איז ערווארטעט מיטצוהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן און אזוי אויך די שיעורים תמידין כסדרן דורכאויס די זוממער וואכן.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ