זונטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין א זעלטענע ערשיינונג האט די עיר התורה לעיקוואד דעם היינטיגן זונטאג גערוישט מיט שטורמישע מחאות קעגן די לאקאלע פאליציי פאר די שענדליכע אקט פון ארעסטירן אן ערליכער בן תורה פון ביהמ"ד גבוה, באזירט אויף זינלאזע בלבולים.
דער אסיר לעיקוואד, הרב בנימין קובי שליט"א, אן אפשטאמיגער מעדת תימן, איז שוין מערערע יארן פון די געהויבענע געשטאלטן אין ביהמ"ד גבוה, וואו ער האט הארעוועט על התורה מיט א זעלטענע התמדה, און ווייסט נישט עפעס אנדערש אויסער די ד' אמות של הלכה.
פאריגע ענדע וואך איז ער געווען ביי א קאר-וואש פון אן אומלעגאלער מעקסיקאנער אימיגראנט, וועלכער האט ארויפגעשמירט אויף אים א בלבול אז ער האט אים געוואלט קידנעפן, אלס ביליגע מיטל צו קענען דורכדעם באקומען לעגאלע סטאטוס אין לאנד.
ווי נאר די ידיעה איבער'ן ארעסט איז ארויס, האט די שטאט אנגעהויבן קאכן ווי א קעסל, ספעציעל האט דאס אנגעצינדן אן אש קודש צווישן די פילע טויזנטער לומדי תורה אין אמעריקע'ס גרעסטע תורה צענטער, ביהמ"ד גבוה, וועלכע האבן זיך מצטער געווען בצרתן של חבריהם, און זיך גענומען רודערן מיט פאקטישע פעולות אויף פראנטן פון פדיון שבוים.
ומי ראה את אלה יוצאים, א מחזה עילאה איז געווען צו זען די ראשי העדה, הגאונים הגדולים ראשי הישיבה שליט"א וועלכע האבן זיך אריינגעלייגט אין די קריטישע מיסיע צו באפרייען דעם אומשולדיגן בן תורה, און נאכדעם וואס פאר שבת האט מען ליידער נישט מצליח געווען, זענען די גדולי ראשי הישיבה אראפגעגאנגען צום פאליציי סטאנציע אויף טשורטש סטריט, וואו דער בן תורה ווערט פארהאלטן, און מוחה געווען כדת של תורה.
עס האבן זיך דערביי באטייליגט הונדערטער בני תורה, ובראשם די ראשי ישיבה הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער, הגאון רבי ירוחם אלשין שליט"א, און הגאון רבי שוסטאל שליט"א.
צומארגנס, דעם היינטיגן זונטאג פארמיטאג, איז אין א זעלטענע געשעעניש אפגעשטעלט געווארן די הילכיגע קול תורה אינעם ביהמ"ד "בית יצחק", איינע פון די סאמע גרעסטע בתי מדרשים אין די ישיבה'ס-קאמפלעקס, וואו מ'האט אפגעראכטן א מעמד התעוררות "עצרת תפלה", לעורר רחמים פאר די גיכע באפרייאונג.
דער מעמד איז פארגעקומען סוף פונעם ערשטן סדר, ווען די טויזנטער גמרות זענען פארמאכט געווארן, ביטולה זה קיומה, און מ'האט צוערשט געהערט די אויפטריט אויף די ענגלישע שפראך, געוואנדן צו די פרעסע, דורך הרב היינימאן, מנכ"ל ביהמ"ד גבוה, וועלכער האט ארויסגעברענגט אז מ'האט ארעסטירט א ישיבה-מאן, א טאטע פון א שטוב מיט קינדער, פאר גארנישט און פאר נישט, און ס'איז א פשוט'ע נאכלעסיגקייט פון די געזעץ אינפארסירער וואס האבן זיך געלאזט איבעררעדן אז דער יונגערמאן איז כלומר'שט באגאנגען אן אומרעכט.
דערנאך האבן אויפגעטרעטן מיט קורצע דיבורים אלע ראשי הישיבה, און דערנאך האט מען געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים ופסוקי דרחמי.
לויט'ן פלאן האט דערנאך געזאלט פארקומען א מאסן דעמאנסטראציע בחוצות העיר, אבער אין די לעצטע מינוט איז דאס אפגערופן געווארן דורך די ראשי הישיבה, וועלכע האבן אנשטאט דערקלערט פאר די פאליציי, אז מ'געט זיי צייט נאך איין טאג, אויב וועט ער נישט זיין באפרייט, וועט מען ארויסגיין אויף א ריזן מחאה און מ'וועט נישט שווייגן ביז מ'וועט ארויסלאזן דעם אומשולדיגן יונגערמאן אויף דער פריי.
שפעטער נאכמיטאג איז דער ראש הישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א אריבער צום אושען קאונטי טורמע, וואו רבי בנימין איז אריבערגעפירט געווארן, אויף ווייטערדיגע פארהאנדלונגען מיט די פאליציי און פאליטישע באאמטע.