קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' חוקת • ז' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


הרב מרדכי דוד שנייד הי"ו משב"ק האדמו"ר מבאיאן מערקט "קרישקעס" אויף די גאסן פון בארא פארק, זייענדיג צוגאסט אין שטאט לכבוד די שידוך שליסן פון בנו החתן.

האדמו"ר מסערט וויזניץ ביים אנקומען אויפן איר אלטן בית החיים אין צפת וואו דער רבי האט מתפלל געוועהן ביים ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק רבי אליעזר ניסן מדזיקוב זצוק"ל אין די טעג ארום די הילולא קדישא.

Your browser does not support the video tag.

הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א בן האדמו"ר מסאטמאר באגלייט זיינע קינדער אין קעמפ מיט א פאטערליכע ליבשאפט.

נאסטאלגיע: הערליך בילד פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא אלס קינד אין יאהר תשי"ט אין תלמוד תורה עץ חיים אין ירושלים.

אינטערסאנטע באגעגעניש די וואך אין ירושלים צווישן הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא מיט העסקן הרב נחמן ווידיסלבסקי הי"ו מנכ"ל מוסדות פני מנחם.

האדמו"ר מטאהש פארברענגט מיט די חסידים אויפן טשארטער אהיים נאכן מסע הקודש צום עיר האבות טאהש אין אונגארן לכבוד די הילולא פון זקינו השרף מטאהש זי"ע.

שמחת "הנאכפשיל" לכבוד די חתונה בבית הגה"צ אבד"ק עמק תפילה טשערקאס שליט"א בגלילות קרית יואל, נאכדעם וואס די מתפללי הביהמ"ד האבן נישט געקענט אנקומען צו די חתונה אין ארץ ישראל אין ליכט פון די שווערע מלחמה אומשטענדן, דעם מוצאי שבת הבעל"ט וועט מען משלים זיין די שמחה און אפגעבן מזל טוב פארן בעל שמחה הגה"צ אבד"ק עמק תפילה שליט"א

מחזה הוד אויף די גאסן פונעם שטעטל קוממיות וואו די בחורים אין ביידע ישיבות הקדושות דחסידי בעלזא און סאטמאר טאנצן אינאיינעם שלובי יד ביים הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום צענטראלן ביהמ"ד אין קוממיות לעילוי נשמתו פון הרה"ח ר' יודא אריה שטיינמעץ ע"ה פון די מייסדים פונעם היימישן יישוב אין קוממיות.

Your browser does not support the video tag.

אן אינטרעסאנטער חפץ ווערט יעצט געצויגן ביי א היימישע ליציטאציע, א 'כתונת בד קודש', א ווייסע העמד פון הגה"ק רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל, וואס הייבט זיך אן ביי די סומע פון 4 טויזנט דאלער.

חסידי וויזניץ באגלייטן ארויס רבם ומאורם האדמו"ר מוויזניץ ביים פארלאזן ביתו נאווה קודש אין בני ברק צום לופטפעלד, אויפן וועג קיין שווייץ וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע 10 וואכן למנוחת הנפש.

Your browser does not support the video tag.

העסקן הרב משה גפני הי"ו פארזיצער פון די דגל התורה פארטיי אויף א זיצונג ביים ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א זיך דורכצורעדן בענינים העומדים על הפרק.

ספעציעלער מכתב ברכה פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א לכבודו פון הנדיב ר' אברהם בראך הי"ו לרגל די מעמד הכנסת ספר תורה און חנוכת הבית פונעם בנין ישיבה לצעירים ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג וואס איז געבויעט געווארן בנדבת לבו הטוב.

האדמו"ר מטאהש אינעם לופטפעלד אויפן וועג אהיים נאכן מסע הקודש קיין אייראפע וואו דער רבי שלעפט זיין אייגענעם רענצל מיט זיין אייגנארטיגע פשטות וענוות חן.

באגעגעניש צווישן די צוויי גדולי מזכי הרבים הרה"ג רבי מנחם מענדל פאמעראנץ שליט"א יושב ראש מכון עוז והדר און די פאפולערע דף היומי מגיד שיעור ר' אלי סטעפאנסקי.

האדמו"ר מלעלוב אין א טאנץ מיטן ברודער האדמו"ר מלעלוב ירושלים ביים הכנסת ספר תורה וואס דער רבי האט געשריבן לע"נ אמו הרבנית ע"ה.

מה טוב ומה נעים – שבת אחים גם יחד: האחים המפורסמים למשפחת קארניצער פארברענגען ביי א משפחה שמחה די וואך

חסידי דאראג רייטן אויף פערד און וואגן אינעם עיר האבות דאראג – אונגארן בעת דער מסע הקודש פון האדמו"ר מדאראג צו די קברי אבות.

Your browser does not support the video tag.

ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א אין א טעלאפאנישע געשפרעך מיט ידידו ורעו דער משגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, וואו ער האט זיך באדאנקט אין נאמען פונעם עולם התורה אין ארצינו הקדושה פארן אונטערנעמען די טירחא ארויסצופארן קיין ניו יארק און זיין א חלק אינעם ענגן משלחת ראשי הישיבות וועלכע זענען ארויסגעפארן קיין אמעריקא אויפצוטרייבן שווערע מיליאנען לטובת די קרן עולם התורה.

Your browser does not support the video tag.

חסידי לעלוב אין אמעריקא געזעגענען זיך פון מורם ורבם האדמו"ר מלעלוב אין די JFK לופטפעלד איידער די רבי האט זיך אהיימגעקערט קיין ארץ ישראל נאכן געהויבענעם באזוך אין ניו יארק.

די ברודער האדמור"ים מוויזניץ מאנסי און וויזניץ לאנדאן אין א טאנץ מיט א חתן יוצא מחופתו, אין שטאט מאנסי.

האדמו"ר מוויען באגריסט הנגיד החסיד ר' שמואל זאנוויל שארף הי"ו ביים מעמד החומש סעודה אין תלמוד תורה וויען אין בארא פארק.

האדמו"ר מצאנז זוועהיל ביים שבע ברכות דורך די תלמידי הישיבה אין א טאנץ מיטן משמש בקודש הרה״ח ר׳ לייבוש שווארטץ הי"ו וואס האט נאך געהאט די זכי' צו משמש זיין כ"ק האדמו"ר מצאנז זוועהיל זצ"ל.

הרב משה ראטמאן הי"ו משמש בקודש ביי הרה"ק מטאהש זי"ע ביים אריינשרייבן די אותיות אינעם ספר תורה וואס די משמשים ביים טאהשער רבי'ן ז"ל האבן אינאיינעם געלאזט שרייבן לעילוי נשמתו הטהורה און איז פייערליך אריינגעגעבן געווארן בעת דער מעמד "התחדשות הגערטל" אינעם עיר האבות טאהש – אונגארן.

האדמו"ר מסאטמאר ליינט א מכתב חיזוק וואס מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א האט אפגעשריבן לכבוד די שמחה בבית הרה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראש כוללי ערב שבת העולמי, וואו דער גאון טוט מעורר זיין דעם חיוב לימוד התורה בערבי שבתות.

דער ספעציעלע בריוו וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ האט אפגעשיקט פאר רבני חב"ד לקראת די הילולא קדישא פונעם ליובאוויטשער רבי'ן, די בריוו איז אדרעסירט צום ליובאוויטשער אהל און צו חב"ד שלוחים איבער די גארער וועלט, מיט א ספעציעלער וואונטש צום יארצייט.

רירנדע סצענע וואו האדמו"ר מקרעטשניף פירט אונטערן חופה א כלה א יתומה נאכדעם וואס דער רבי האט זיך אונטערגענומען צו אויפציען די יתומים נאך די פריצייטיגע פטירה פונעם ראש המשפחה האברך החשוב ר' מרדכי שאמועל ע"ה.

Your browser does not support the video tag.

הערליכע מוזיקאלישע פארשטעלונג דורך די בעלי מנגנים ר' עוזיאל דייטש הי"ו אינאיינעם מיט ר' יחיאל שטיין הי"ו אינעם קודש הקדשים – דער חדר מיוחד פון כ"ק אדמו"ר מליבאוויטש זצוק"ל לרגל די 31'סטע יומא דהילולא – ג' תמוז.

Your browser does not support the video tag.

פארגאנגענעם ערב שבת נאכמיטאג איז האדמו"ר מאמשינוב אנגעקומען צום שטאט רחובות וואו דער רבי האט מנחם אבל געוועהן ביי הרב אברהם פערל מחשובי חסידי אמשינוב, נאך די פטירה פון זיין פרוי ע"ה וואס האט געדינט אלס לאנגיעריגע מנהלת בית יעקב אין רחובות.

אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון בארא פארק לייגט צו א פלייצע ביים יערליכן בייק רעגיסטראציע דורך בארא פארק שומרים.

האדמו"ר מבאבוב-45 קוקט זיך אום מיט הנאה אין די שפאגל נייע אוצר הספרים – לייבערי אין ת"ת באבוב 45 אין בארא פארק.

הגה"צ רבי מרדכי שלמה ברייאר אבד"ק באיאן ארה"ב מערקט "קרישקעס" ביים ארויסבאגלייטן זיינע קינדער אין קעמפ.

האדמו"ר מספינקא מאנסי באזוכט אין די בארימטע "ממלכת צדקה וחסד לחמי מרדכי" אין בית שמש בנשיאות הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בעל דרך אמונה.

האדמו"ר מתולדות יהודה ביים אנקומען צום כותל די וואך, כמנהגו אין טעג די טעג פון די חודשי הקיץ וויילנדיג אין עיה"ק ירושלים.

האדמו"ר מלויצק ביים אפווארטן די רענצלעך כאחד האדם, אנקומענדיג אינעם לופטפעלד אין ציריך שווייץ.

הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א ביים מסיבת לחיים און מעמד חנוכת הבית פון די נייע פארברייטערטע "תפארת" ספרים געשעפט אין אנטווערפען אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' שבתי ליפשיץ הי"ו.

האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק האט "קרישקעס" די וואך באמערקט ביים פרישן קבר פון הרה"ח ר' מאיר טויב ע"ה מנהל מוסדות וויזניץ ב"פ און משב"ק ביי הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע.

האדמור"ים מסאדיגורא ירושלים און ספינקא ירושלים ביים שבע ברכות פון החתן זוהן פון הנגיד ר' יצחק משה יאגודה עב"ג די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' דוד שאפער שליט"א ראש ישיבת אורייתא.

דביקות'דיגע מאמענטן ביים געהויבענעם חתונה די וואך אין די סלונימער הויף.

Your browser does not support the video tag.

הרב בנציון שלמה פאללאק משב"ק האדמו"ר מסאטמאר מערקט "קרישקעס" דעם ערשטן טאג אין "מחנה רב טוב דסאטמאר".

העסקן הרב שמחה קרקובסקי משב"ק אדמור"י לעלוב און מנהל פונעם הכנסת אורחים אין ליזענסק איז מקבל ברכת קדשו פון האדמו"ר מאמשינוב ביי א משפחה שמחה אין בני ברק.

אן אריינבליק אינעם כולל סטאנציאנירט במעון תורתו פונעם שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל אין בני ברק, בנשיאות בנו חביבו הגאון רבי יצחק שאול קנייבסקי שליט"א.

Your browser does not support the video tag.

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג מערקט "קרישקעס" ביים כותל המערבי די וואך דינסטאג באישון ליל.

האדמו"ר מסאסוב אין א באגעגעניש מיט א ברודער פונעם פארכאפטן משכון אביתר דוד ביי א שמחה די וואך, וואו דער רבי האט איהם מחזק געוועהן מיט פאסיגע רייד פון אמונה ובטחון.

הגאון רבי שלמה קאהן גאב"ד מעלבארן אוסטראליע אויף א באזוך אין די חרדישע קהילה אין ציריך שווייץ, זייענדיג אונטערוועגנס אהיים פון ארץ ישראל.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא טרעט אויף מיט דברי חיזוק פאר די בחורים תלמידי ישיבת אורייתא ביים שבע ברכות בבית הרה"ג ר' דוד שאפער שליט"א ראש ישיבת אורייתא.

Your browser does not support the video tag.

באגעגעניש ביים כותל המערבי צווישן האדמו"ר מקוזמיר און שלוחא דרבנן העסקן הרב ישראל אייכלער הי"ו.

האדמו"ר מבאיאן אין א שמועס מיט העסקן הרב אריה דרעי פארזיצער פון די ש"ס פארטיי ביי א שמחה די וואך אין ירושלים.

האדמו"ר מביאלא לאנדאן אין א ריקוד מיט הנגיד ר' יוסף פעלד הי"ו ראה"ק ביאלא לאנדאן ביי די חתונה די וואך פון א קינד.

Your browser does not support the video tag.

דער בארימעטער דף היומי מגיד שיעור הרה"ג ר' אברהם ישעי' קובלסקי שליט"א איז מכובד מיט הגבהת הכוס צו הבדלה בצל האדמו"ר מערלוי, נאכן וויילן שבת בצל הקודש אין קטמון.

הארציגע דיבורים פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א מיט א הודעה על העבר ובקשה על העתיק נאך די שווערע מלחמה אין ארצינו הקדושה.

Your browser does not support the video tag.

האדמו"ר רבי יצחק מאיר מארגנשטערן מתורת חכם ביים תפילין לייגן פון הבחור הבר מצוה זוהן פונעם בארימטן עסקן ר' בערל פריעד הי"ו פון צפת.

Your browser does not support the video tag.

די דרשה פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים שבע ברכות בשמחת בית בעלזא: "כלל ישראל איז אנגעוויזן צום הנהגה פון האדמו"ר מבעלזא לאורך ימים ושנים טובות".

Your browser does not support the video tag.

א פארצווייגטער שאלה בהלכות ספר תורה אנגעקומען צום "לשכת הפוסקים" אין ביתר אויפן ספר תורה פון הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה.

Your browser does not support the video tag.

העסקן ר' דוד רובינשטיין הי"ו נאמן בית האדמו"ר מביאלא בני ברק און מנהל פונעם "פשיסחא הויף" אין פוילין ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האד' מבאטאשאן ביי א יארצייט טיש די וואך.

האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן האט "קרישקעס" באמערקט אין מאנסי שפאצירנדיג מיט בנו חביבו הרה"צ ר' לוי יצחק האגער שליט"א.

הב' דוד ווייס הויז בחור ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א מערקט "קרישקעס" ביים אנגרייטן די מאכלי שבת פארלאפענעם ערב שב"ק ווען דער רבי האט געפראוועט שבת בקרב חסידיו און קרית וויזניץ.

פאפולער גליון שבת בשבתו פון לאנדאן, מיט גאר אינהאלטרייכע תוכן, צייכנט אפ דעם 500'סטע גליון זינט עס האט אנגעהויבן צו ערשיינען, ווערנדיג אנגענומען ביי אלע היימישע קרייזן.

א באזוך אין די שפאגל נייע בעלזער קעמפ אין וואודרידזש וואס גייט אריין אין באנוץ צום היי יעריגן זומער סעזאן.

Your browser does not support the video tag.

האדמו"ר מליסקא געזעגענט אן אייניקל מיט ווארעמהארציגע ברכות בעפארן ארויספארן אין קעמפ.


א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' יוסל בארד הי"ו מנהל הכנסת אורחים בישטנא לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן בשעה טובה ומוצלחת.

א ברכת מזל טוב לכבוד הרה"ח ר' מרדכי דוד שנייד הי"ו משב"ק האדמו"ר מבאיאן לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן בשעה טובה ומוצלחת.

א ברכת מזל טוב פארן עסקן ואיש החסד הרה"ח ר' אהרן יוסף קארניצער הי"ו פון קרית ישמח משה, אייגנטומער פון די טיב המצות בעקעריי לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה. אינעם בילד, אין א ריקוד מיטן מקובל הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א ביים שמחת האירוסין.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ

וְיִשְׂמְחוּ כָּל הָעָם • חג הסוכות בחצר הקודש קאפיטשניץ