קשה עלי פרידתכם: האד' מתולדות אהרן געזעגענט זיך פון די חסידים איידערן אפרייזן קיין אונגארן אויף אפרוה

זונטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


ווי יאהר יערליך איידער כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א לאזט זיך ארויס אויף וואקאציע איז נעכטן מוצאי שבת קודש פארגעקומען די מעמד צאתכם לשלום ווי די חסידים האבן זיך געזעגענט פונעם רבי'ן שליט"א, ואל יפטר אדם מחברו אלא מתוך דבר הלכה, האט די רבי משמיע געווען גאר יסודות'דיגע דברות קודש, דברי חיזוק בענינים העומדים על הפרק און הדרכות ישרות לימי הקיץ אין ווי אזוי זיך צוצוגרייטן צו די הייליגער טעג כראוי וכנכון.

נאך קידוש לבנה ברב עם הדרת מלך איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד און איבערגעגעבן שיחת קודש פאר די חסידים, בתוך דבריו האט די רבי שליט"א מעורר געווען איבער מורא מקדש, קביעות עיתים לתורה, אויפשטיין פארטאגס, איבער די וויכטיגקייט פון אויסנוצן די שבתים כדבעי, און נישט דאווענען שבת אין די שטיבלעך. באזונדער האט די רבי מעורר געווען איבער א פרישע ערשיינונג וואס האט זיך אריינגעכאפט אז יונגעלייט פארן מיט ביציקלעך, דער רבי האט דאס מגנה געוועהן זאגנדיג אז דאס פאסט נישט פאר חסידישער יונגעלייט, און ממשיך געוועהן טללי תחיה והתחזקות צו שטייגן מעלה מעלה בתורה ועבודה ובמעשים טובים.

נאך די שיחת קודש וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער א האלבע שעה האט הגאון רבי אהרן בראנדסדארפער שליט"א מרבני ק"ק תולדת אהרן וחבר בית דין צדק העדה החרדית אנגעוונטשן דעם רבי'ן שליט"א בשם כל הקהל הקודש ווי איינגעפירט, און דערנאך האט דער משמש בקודש הרב גבריאל שישא אויפגעטרעטן און געבעטן פון כל הקהל הקודש זקנים עם נערים מתפלל צו זיין פארן רבינס געזונט, תתחדש כנשר נעוריכי בבריות גופא ונהורא מעליא, און איבערגעגעבן פארשידענע בנוגע הזכרות בעת די רבי וויילט אויף אפרוה, און דערנאך האט מען געהערט א קורצע דרשה דורך הרב חיים יוסף געפנער מראשי וועד הרבנים לעניני צדקה, מיט אן אפיעל לטובת די קרן יתומים פון משפחת האברך החשוב ר' נתנאל וויזל ז"ל וואס איז די וואך אוועגעקעריסן געווארן בדמי ימיו, און דערנאך האט דער רבי ווידער משמיע געווען דברות קודש איבער די נחיצות הענין צו שטיצן די קרן און שטיין צו הילף פון די צובראכענע משפחה.

דאן איז די גאנצע ציבור דורך זיך געזעגענען, צום ערשט די רבני ודייני הקהילה, דערנאך די בעלי בתים און צום לעצט די אינגעלייט פון אלע שטעט. פאר די חסידים וואס האבן זיך אנגרופן מיט סכומים הגונים לטובת די קרן יתומים פון משפחת וויזל איז געגעבן געווארן א געלעגנהייט דורכצוגיין מיט קוויטלעך להזכר לטובה.

היינט אום זעקס אזייגער נאכמיטאג נאך מנחה האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט צום לוד לופטפעלד אינאיינעם מיט א ענגע קרייז פון משמשים בקודש און מקורבים, אויפן וועג קיין אונגארן וואו די רבי וועט זיך אויפהאלטן משך די זוממער חדשים אינעם שטאט מאד, נישט ווייט פון קערעסטיר.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ