דאנערשטאג פ' חוקת • ז' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם מיטוואך האט כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א באשיינט בראש השמחה ביי די חתונה בבית מקורבו הנגיד החסיד ר' ברוך אלימלך פערלמאן הי"ו וואס איז פארגעקומען אין ציריך שווייץ, ווי באריכטעט איז דער רבי ספעציעל אפגעפלויגן קיין שווייץ לכבוד די דאזיגע שמחה, אלס הכרת הטוב פארן חשובן מחותן מעמודי התווך פון קהילות ומוסדות אלכסנדר ברחבי תבל.
ביים מעמד קבלת פנים האט דער רבי באגריסט די רבנים אויפן אויבן אן, ובראשם די געסט פון אויסלאנד, חתנו כ"ק האדמו"ר מלויצק שליט"א און ידידו ורעו הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א מלפנים אבד"ק אלכסנדר אנטווערפען. ביים מעמד החופה האט דער מרא דאתרא הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא שליט"א גאב"ד ציריך איבערגעגעבן סידור קידושין פארן רבי'ן שליט"א. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, מיט די ברכות ראשונות זענען נתכבד געווארן כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א און די זיידע'ס ביי די שמחה, און בררה אחריתא הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא גאב"ד ציריך.
באנאכט נאך מעריב איז דער רבי צוריגעקומען צום סעודת החתונה ווי די רבי האט זיך באגריסט מיט אלע רבני העיר. די רבי האט מיטגעהאלטן די דרשה פונעם אנטווערפענער רב שליט"א און דערנאך האט די רבי געטרינקען לחיים און געוואונטשן די חתן און מחותנים. דאן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און א עסטערע דערהויבענער ריקוד מיטן בעל שמחה הנגיד ר' ברוך אלימלך פערלמאן שליט"א.