ערהאבענער מעמד קידוש ה' ביי "מזומנים בחינה" אין מוסד שיח סוד פאר בחורים מיט ספעציעלער געברויכן בראשות האד' מגור

דאנערשטאג פ' חוקת • ז' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלי קובין


גאר א דערהויבענער מעמד קידוש ה' איז פארגעקומען דעם דינסטאג חקת אין ירושלים עיה"ק, אינעם הייליגן מוסד שיח סוד געאייגענט פאר קינדער און בחורים מיט ספּעציעלע געברויכן, וואו די חבורה 'חזו בני' דחסידי גור אינערהאלב דעם מוסד, האבן זיך געלאזט פארהערן ברבים משניות און גמרא בעל פה וואס זיי האבן געלערנט אין ראם פונעם לימוד מזומנים, וואו זייערע מחנכים האבן אריינגעלייגט שווערע כוחות ארויפצוארבייטן די בחורים צום העכסטן שטאפּל פון זייערע כשרונות און נאך פיל מיה און פּלאג האט מען אצינד זוכה געווען צו שניידן די הערליכע פירות.

דער מעמד איז פארגעקומען בראשות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכער איז ערשינען אויף א באזוך אינעם מוסד און האט מיטגעהאלטן מיט נחת דקדושה וויאזוי די תלמידים האבן געענטפערט אויף די שווערע שאלות טראץ זייערע באגרעניצונגען, אויפ'ן אויבנאן האבן זיך אויך אנגעזעהן צווישן אנדערע דעם רבינ'ס איידעם הגה"ח ר' שמעון ראטשטיין וועלכער איז פון די עומדים בראש המוסד, און הנגיד ר' שלמה ווערדיגער פון אמעריקע חבר נשיאות איחוד מוסדות גור העולמי וועלכער איז פון די עמודי התווך פונעם מוסד.

די שואלים זענען געווען הרב בן ציון גרובייס פון די חשוב'ע מחנכים וועלכער גיבט זיך כסדר אפּ מיט די ספּעציעלע קינדער, און הרה"ג ר' יוסף פּאמעראנץ וועלכער האט אויך אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק פאר די בחורים און אלע משתתפים. די אנוועזענדע זענען נבהל ונשתומם געוועהן צוזעהנדיג די אויסטערלישע בקיאות פון די בחורים אין פילע מאמרי חז"ל און מחלוקת תנאים ואמוראים און בעיקר האבן זיי נאכגעזאגט גאנצע משניות בעל פה כמונח בקופסא.

ביים ענדע איז פארגעקומען א סיום מסכת דורך מחותן פון רבי'ן הרה"ג ר' מנשה בערגמאן שליט"א וואס ער לייגט אויך אריין אסאך מסי"נ אין די הייליגע ארגאניזאציע, און דערנאך זענען אלע ספּעציעלע בחורים אריבער לפני הקודש וואו מען האט באקומען פון רבי'ן א כוס וויין באגלייט מיט ברכות הקודש אויף ווייטערדיגע הצלחה און סייעתא דשמיא.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ